top of page



געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ז
מיטוואך חול המועד סוכות • י''ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך שטעלט מערכת בחצרות פאר, פאר אונזערע צענדליגער טויזענטער ליינער די געשעענישן פון יאר בחצרות הקודש, די הויפט און צענטראלע געשעענישן, וואס האבן ארומגענומען די חסידישע וועלט דורכאויס שנת תשפ"ו. אנהייב פונעם פראיעקט שטעלן מיר פאר די הויפט געשעענישן פון יאר וואס האט אריינגענומען די גאנצע חסידישע וועלט בכל מקומות מושבותיהם. נאכדעם ווערן פארגעשטעלט א א רייע צענטראלע געשעענישן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די חסידישע


זקן ראשי הישיבות הגרמ"צ בערגמאן באזוכט ביי האד' מגור אלס השלמה פון יום טוב סוכות
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אסרו חג סוכות אין ארץ ישראל איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, לברך ולהתברך, אלס א השלמה צום יום טוב סוכות. דער רבי מיט'ן ראש ישיבה האבן ארומגעשמועסט במשך פופצן מינוט בדברי תורה מעניני דיומא און איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און דערנאך געטרונקען לחיים. נאכ'ן באזוך האט דער גערער רבי ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה יותר מרגלו לפי כבודו הרם


שטוינענדע בשורה אין חצה"ק סקווירא: הנגיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו שנאדערט 7.2 מיליאן דאללער פאר נייע היכל השולחנות
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש אלפי חסידי סקווירא זענען דעם יום טוב שמחת תורה געכאפט געווארן אין איבערראשונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן די נדבה העצומה דורך הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד, וועלכער האט געשנאדערט די פאנטאסטישע אומגלויבליכע סומע פון זיבן מיליאן צוויי הונדערט טויזנט דאלאר צו קענען בסייעתא דשמיא אויפבויען די נייע היכל השולחנות בחצר הקודש סקווירא. דער פיל געפאקטער בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא האט מיט שטוינונג און איבערראשונג


הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבה סאוט פאולסבורג אריינגעפירט דעם יום טוב שמחת תורה אין שפיטאל
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה סט. פאולסבורג וואס איז דורכאויס יום טוב שמחת תורה אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס. די ראש ישיבה געפונט זיך אין א סטאבילן געזונט צושטאנד אבער דאקטוירים זאגן אז מ'דארף תפילות ישראל. דער צווייטער טאג יום טוב שמחת תורה, בשעת די הקפות בהיכל הישיבה אין סאוט פאולסבורג,


הרי אני כפרתכם: האד' מצאנז פארשפרעכט צו נעמען אויף זיך די עבירות העבר פון די חסידים וואס זענען זיך מחזק בעניני קדושה
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי צאנז זענען נאך אונטער די טיפע איינדרוק נאך די פייערדיגע און געהויבענע דיבורים וואס זענען געהערט געווארן ביים גרויסן מעמד הקפות שניות, דעם מוצאי שמחת תורה במעמד אלפי ישראל, ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט מבטיח געווען א זעלטענע צוזאג "ישראל הרי אני כפרתכם" וואס האט אויפגעשטורמט די הערצער פון די טויזנטער פארזאמלטע. די הייליגע מאמענטן וועלן בלייבן טיף איינגעקריצט אין די הערצער פון אלע חסידים וואס האבן זוכה געווען דאס מיטצוהאלטן. ע


גרויס התרגשות צום געהויבענעם באזוך פון האד' מבאבוב אין ארה"ק; היסטארישע שבת לנגידים אין אלטשטאט ירושלים
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי באבוב אין ארה"ק בפרט און איבער דער גארער וועלט בכלל, האבן מיט גרויס התרגשות זיך אנגעהויבן צו גרייטן צום געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ארה"ק, נאך וואס עס איז דעם יום טוב שמחת תורה באקאנט געווארן אז מ'וועט האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א היסטארישע מסע חיזוק והתעלות מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וועלכע זענען חרותים על לוח לבו הטהור, און זענען כסדר משתוקק לקבל


שיינעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך גאב"ד מאקאווא לעי"נ זקינו הגה"ק אבד"ק פאלגאר זצ"ל
מוצאי שמחת תורה תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מאנטאג חול המועד האבן הונדערטער תלמידי וחסידי מאקאווא מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז ברוב פאר והדר אריינגעפירט געווארן צו די מאקאווער ישיבה אין קרית אתא. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך חסידי ואוהדי בית מאקאווא, אויפ'ן איניציאטיוו פונעם רועה נאמן, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער האט מיט א יאר צוריק אויסגעדריקט רצון קדשו צו לאזן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמת זקינו - אבי אביו, הגה"ק רבי מנחם מענדל לעמבערגע


גרויסער שמחת בית השואבה מיט הילולת הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע בראשות הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
דאנערשטאג חול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני פילע טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם מאנטאג פארזאמלט ביים גראנדיעזן מעמד שמחת בית השואבה לכבוד החג בראשות דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם מאנטאג חול המועד אושפיזא דמשה, בליל ההילולא קדישא פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, אינאיינעם מיטן התאספות רבתי דורך עדת חסידי ברסלב מכל רחבי ארה"ק לכבוד החג. דער כינוס רבתי איז פארגעקומען אין די גיגאנטי


טויזנטער בני ירושלים מיטגעהאלטן שמחת בית השואבה מיט המשפיע הגה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט''א מלעלוב
דאנערשטאג חול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך טויזנטער בני ירושלים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן נעכטן מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מעמד שמחת בית השואבה בצל המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די סוכה הגדולה בחצר הקודש באיאן וועלכע איז געווען אויסגעשטאט מיט הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן וואס זענען בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום. "רבי אלימלך'ס שמחת בית השואבה" איז ברייט באקאנט אלס איי


מוסדות וויען אין בארא פארק אריין אין מקח אויף נייעם גיגאנטישן בנין בית חינוך לבנות "בית יעקב"
מיטוואך חול המועד סוכות • י''ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי וויען אין שטאט בארא פארק נעמען אויף מיט אומגעהויערע שמחה די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווען בעידודו ובברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז געשלאסן געווארן דער מקח אויף א בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של חינוך הבנות פאר די מיידל שולע "בית יעקב דחסידי וויען" אין שטאט. דער מקח רופט ארויס א שמחה עצומה ביים ציבור חסידים והורי המוסדות, זעענדיג דערין א געוואלדיגע סיעתא דשמיא ו


געהויבענעם יום הכיפורים בצל האד' מסאטמאר בקרב חסידיו אין שטאט וויליאמסבורג
דינסטאג חול המועד סוכות • י''ח תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אויף א געהויבענעם שטיגער איז אפגעראכטן געווארן דער הייליגער טאג יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט ווי אין די פארגאנגענע יארן געפראוועט דעם גרויסן טאג בקרב ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג. ערב יום כיפור אינדערפרי האט דער רבי שליט"א מקיים געווען דעם מנהג פון כפרות אין קרית יואל, און האט מפקח געווען אויף די סדרי השחיטה אינעם בית השחיטה המהודרת, וואו דער רבי האט אויך בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים אינעם ב


פלענער פארעפענטליכט פון נייעם גיגאנטישן "בנין של שמחה וחסד" דק"ק באבוב אין בארא פארק
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אריינטרעטנדיג אינעם זמן שמחתינו פונעם יו"ט סוכות הבעל"ט, זענען פארעפנטליכט געווארן די פלענער פון דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של שמחה וחסד" דק"ק באבוב וואס וועט אי"ה בקרוב געבויט ווערן אין בארא פארק, צו קענען אקאמאדירן אין איין בנין די פארצווייגטע פעולות של חסד פון די באבובער קהלה בראשות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, האט די באבובער קהלה אונטערגענומען דעם פרישן פראיעקט, אויפצובויען דעם נייעם "


וימת אהרן שם: עולם החסידות אין טיפן טרויער נאך הסתלקות פון חסידא ורחימא כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט אומגעהויערע צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק, חסידא ורחימא, עושה חסד לאלפים, כ"ק אדמו"ר מדזשירקא הגה"צ רבי אהרן בריזל זצ"ל, וועלכער האט יעצט מיטאג צייט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון 73 יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט, לדאבון לב כל בית ישראל. מיט'ן פטירה פונעם רבי'ן ז"ל איז איבערגעריסן געווארן א בריק פון אן אמאליגן באגריף פון א חסיד המ


שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מקאפיטשניץ פארגעקומען אין עיה"ק ירושלים
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג בין כסא לעשור איז פארגעקומען אין ירושלים די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' ישראל פלינטנשטיין שליט"א ראה"כ קאפיטשניץ, איידעם ביי הגה"צ ר' סענדר ליפא אייכענשטיין שליט"א מאלעסק לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ ר' שלום פריעדמאן שליט"א סגן גאב"ד לאנדאן, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' חיים יחיאל מיכל בלוי שליט"א דומ


גרויס התעוררות ביומא דהילולא פון הרה"ק רבי אהר'לע קאזניצער זי"ע אין זעליחוב פולין
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט גרויס התרגשות איז געפראוועט געווארן די הילולא קדישא פון האי צדיק וקדוש, דמות פלא הרה"ק רבי אהר'לע קאזניצער זי"ע השם ינקום דמו, וואס איז אויסגעפאלן פארגאנגענעם וואך, ד' תשרי, און ווי יאר-יערליך איז דערביי פריש נתעורר געווארן זכרו של אותו צדיק פון וועמען עס זענען ליידער נישט געבליבן קיין דורות. במשך דעם מעת-לעת פון די הילולא קדישא האבן הונדערטער אידן באלאגערט מקום מנוחת קדשו אין זעליחוב, להפק


החכם יושב ודורש: טויזענטער ביי דרשת שבת שובה דורך האד' מסאטמאר דעם צום גדלי'
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש טויזנטער תושבי קרית יואל האבן זיך פארזאמלט צו די שבת שובה דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דעם דינסטאג צום גדלי' אין די נאכמיטאג שעות אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל וועלכע האט שווער געקענט אקאמאדירן דעם ציבור עצום וואס האט מיטגעהאלטן די דרשה פון רבי'ן שליט"א. לרגל די דרשה האט מען מסדר געווען די מניני מנחה ביי אלע זייטיגע שטיבלעך פון ביהמ"ד און די פאלישעס און פליגלען פון אלע זייטן זענען געעפנט געו


זכור ברית: שמחת הוואכנאכט און ברית מילה אין הויפן פון מונקאטש – רודניק
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך שבוע שחל בו סוכות איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאטש, בן הנולד ביי זיין זון הרב אהרן ראבינאוויטש שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אפרים שלמה האלבערשטאם שליט"א רב הצעיר דרודניק, זון פון כ"ק אדמו"ר מרודניק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אבד"ק סאטמאר לעיקוואד, די


נייע מאיעסטעטישע סוכה הגדולה אויפגעבויט לכבוד יום טוב סוכות בחצר הקודש וויזניץ מאנסי
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אריינטרעטנדיג אינעם זמן שמחתינו פונעם יו"ט סוכות הבעל"ט, ווערן געמאכט די סאמע לעצטע איינרישונגען בחצר הקודש וויזניץ מאנסי ביי די נייע גיגאנטישער סוכה הגדולה, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן דעם ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי, מיט גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, וואס קומען מיטהאלטן די זעכצן טישן דורכאויס יום טוב סוכות און ספעציעל די שמחת בית השואבה מידי לילה בלילה פון די ימי המועד. אין


הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה" אויפגענומען בכבוד והערצה דורך האד' מבעלזא
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה", וועלכער איז קיין קרית בעלזא אויפצוטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות אין ראם פונעם ישיבת בין הזמנים "והראנו בבניינו". דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. דער בעלזער רב האט זיך אינטערעסירט ביים ראש ישיבה איבער דעם נושא


געהויבענע יום הקדוש אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש א געהויבענע יום הקדוש איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט קרית יואל, זייענדיג די דריטע יאר וואס דער רבי שליט"א קומט ארויס וויילן אויף קרית יואל אינעם הייליגסטן טאג פון יאר בקרב עדת צאן מרעיתו אינעם קריה נאמנה. ערב יום הקדוש נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שטאט קרית יואל, תיכף ביים אנקום איז דער רבי צוגעפארן צו


אומאן בירושלים: הערליכע יום טוב ראש השנה פאראיבער בחצר הקודש תורת חכם
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מאסן חסידים און געסט האבן מיטגעהאלטן דעם יום טוב ראש השנה אין עיר הקודש ירושלים בצילא קדישא פון הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, אריינגערעכנט פילע געסט וועלכע זענען געקומען צופארן מכל פינות ומחנות. ערב ראש השנה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים כותל המערבי בראש קהל חסידיו, וואו מען האט אויסגעזאגט דעם תיקון הכללי. דערנאך איז מען געגאנגען צום קבר דו


גרויס התעוררות ביי לעלובער חסידים אפצייכענענדיג הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצוק"ל בעיצומו של יום הקדוש
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יעקב לעדערמאן,JDN לעלובער חסידים איבער דער גארער וועלט האבן אין די טעג ארום יום הקדוש אפגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצוק"ל, וועלכער איז נסתלק געווארן בעצם יום הכיפורים שנת תש"ע, וואו מען האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר און געבעטן אז זיין זכות זאל מגין זיין להכתב ולהחתם בספרן של צדיקים. דער עלי' לציון איז פארגעקומען דאנערשטאג שלש עשרה מידות, וואס איז באשטימט געווארן


האד' מבעלזא וועט פראווען ספעציעלע "חול המועד טיש" אויסשליסליך מיט טויזנטער תלמידי ישיבות גדולות
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס עקסטאז האבן די טויזנטער בעלזער בחורים, תלמידי הישיבות הגדולות אויפגענומען די היסטארישע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט דעם יום טוב סוכות זמן שמחתינו אפרעכטן אן ערשטמאליגער טיש ביומי דחול המועד אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות הגדולות, וואס וועלן האבן די זעלטענע די זכי' מסיב צו זיין על שלחן המלך און מיטהאלטן דעם שלחן הטהור וואס דער רבי וועט פראווען אויסשליסליך מיט זיי. דאס קומט נאך וואס די מנהלי הישיבות


יארצייט פון הרה"צ ר' יוסף ברוך פינחס ראבינאוויטץ זצ"ל בעל נעימות ברוך ביי בנו האד' מסקאליע
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם י"ח אלול איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרה"צ רבי יוסף ברוך פנחס ראבינאוויטץ זצ"ל מסקאליע בעל נעימות ברוך, זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקאליע זצוק"ל. אין טאג פון די יארצייט האט בנו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פוקד געווען דעם ציון אינאיינעם מיט פילע חסידים, און שפעטער פארנאכטס האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די יארצייט סעודה אין סקאליע בית המדרש אין בארא פארק.


נייע רחבות'דיגע סוכה אויפגעשטעלט במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צו אנטפאנגען אלפי ישראל בימי חג הסוכות
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער שטייענדיג געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב סוכות, זמן שמחתינו, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות ביים מעון הקודש פונעם פוסק הדור, מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל "תשובות והנהגות", אין די הר נוף געגנט, צו קענען אקאמאדירן די רבבות אלפי ישראל וואס זענען ערווארטעט צו באלאגערן ביתו נאווה קודש דורכאויס ימי המועד לקבל פני רבם ברגל כמדי שנה בשנה. נאך וואס אין די פארלאפענע יארן איז אויפגעשטע


האד' מאמשינוב אויסגעפאסט היינט פארטאגס נאך גאנצע 56 שעה פונעם תענית יום הכיפורים
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט באישון ליל ארום דריי אזייגער פארטאגס האט כ''ק אדמו"ר מאמשינוב שליט''א געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט נאך גאנצע זעקס און פופציג שעה פונעם תענית יום הכיפורים. שפעטער אין טאג וועט דער רבי שלייט"א אריינקומען צום טיש פון מוצאי יום טוב, אינעם היכל השולחנות אין ביהמ"ד אמשינוב אין די בית וגן געגענט. ווי יאר יערליך האט דער אמשינובער רבי אפגעראכטן א לאנג פארצויגענע עבודה למעלה מהשגת אנוש דורכאויס די טעג ארום יום הכיפורים. אנ


יום קודש הוא: טויזנטער חסידים מיטגעהאלטן יום הכיפורים בצל האד' מוויזניץ
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', האבן רבבות חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם און געהויבענעם יום הקדוש בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען מען האט זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס עבודת הקודש דורכאויס דעם הייליגן טאג, וואו דער רבי שליט"א האט טראץ זיין שוואכקייט מיטגעהאלטן און פארגעדאווענט די תפילות מיט העכערע כוחות, בפרט ביי א טייל פון די תפילות ווען דער רבי האט זיך אנ


היסטארישער מעמד "נכתבים לחיים" במעונו פון המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א פאר תורמי קופת העיר
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס דערהויבנקייט האבן זיך דעם ערב יום הכיפורים פארזאמלט א גרויסער צאל גדולי ישראל במעון הקודש פונעם זקן המשגיחים הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, צום מעמד "נכתבים לחיים" פאר תורמי קופת העיר.צו דער זייט פונעם משגיח האבן זיך אנגעזעהן ביי די אסיפה, כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, הגאון רבי יעקב הילל ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי מיכל זילבער שליט"א ראש ישיבת זוועהיל, הגאון רבי י


וכבוד גדול עשו לו במותו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN, שוקי לרר, שלומי טריכטער בקול נהי ובכי תמרורים האבן מאסן אידן באגלייט למנוחות דעם גרויסן גאון וצדיק מפארי וזקני הרבנים אין שטאט תל אביב, רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב, ביים מסע הלוויה דעם מוצאי שבת ליל ערב יום הכיפורים - ויהי נועם נשבת במוצאי שבת, אין די צייט ווען די וואונד איז נאך פריש און דער אטמאספער פון טרויער און יתמות שפירט זיך איבעראל, מיטן הסתלקות פונעם רב רבנן וואס האט באשיינט דעם


הכנה דרבה אין חצר הקודש סקולען געהויבענעם הכנסת ספר תורה קומענדיגן מאנטאג א' דחוה"מ סוכות
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש גרויסע הכנות גייען אן אין די טעג צווישן עדת חסידי סקולען, צום גרויסן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מאנטאג, א' דחוה"מ סוכות הבעל"ט, און וועט אריינגעגעבן ווערן צום היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי סקולען אין בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סקולען לזכרו נשמתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסוקלען זצוק"ל, צו וועמען די חסידים זענען געווען אז


מבואו ועד צאתו: שלש עשרה מידות בחצר הקודש באבוב
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש דאנערשטאג שלש עשרה מדות, נאך קריאת הקרבנות כנהוג, איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויס אויף אמירת תשליך אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים, און אויך באטראכט די ארבעט ביים אויפשטעלן די סוכה הגדולה וואו ס'וועט געפראוועט ווערן די שולחנות הטהורים דורכאויס יום טוב סוכות - זמן שמחתנו.


פרייד צווישן חסידי טשערנאביל צום פתיחת שערים פונעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א געהויבענעם שטימונג האבן חסידי טשערנאביל אין בארא פארק באנאייט, מיט התחדשות דעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול טשערנאביל, וואס ווערט געבויט אין בארא פארק, און איז צייטווייליג פארענדיגט געווארן לקראת די ימים הנוראים דהאי שעתא. דער טשערנאבילער ביהמ"ד אין בארא פארק איז א תל תלפיות פאר די פילצאליגע אידן, חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און דער ביהמ"ד איז שוין לאנג צר מ


היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פונעם ברך משה זי"ע פארבארגט צווישן ביידע סאטמארער הויפן
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש נאכפאלגנדיג די היסטארישע ירושה צוטיילונג און די נאכפאלגנדע אנטוויקלונגען להרבות שלום וריעות צווישן די סאטמארער הויפן, האבן האחים האדמור"ים מסאטמאר, פארבארגט איינער פארן אנדערן היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, צו קענען זיך באנוצן דערמיט דורכאויס יום טוב, לעורר זכות אבות. די טויש איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת שובה אין שטוב פונעם לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו א


האד' מאלכסנדר באזוכט בקרב חסידיו אין נייעם חרדישן ישוב עמנואל
מוצאי יום הקדוש תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN פארלאפענע וואך, שבוע שחל בו ראש השנה, איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אינעם נייעם חרדי'שן ישוב עמנואל, וואו חסידי אלכסנדר האבן, ווי באריכטעט, מייסד געווען א קהילה נאה וחסידה וואס האט זיך שנעל צעבליט און צעוואקסן בלי עין הרע, און ציילט שוין קרוב צו פערציג משפחות בלי עין הרע. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען די חסידים תושבי המקום לקראת די הייליגע טעג, אין די ר


צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות די צענדליגער שוחטים ובודקים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", וואו דער פוסק הדור האט בודק געווען די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט די שוחטים וועלכע שטייען ביים מנהג הכפרות אום ערב יום הקדוש. דער גאון האט א לענ


בין כסא לעשור: יערליכע נסיעה פון גאב״ד מאקאווא צום מערת המכפלה
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN כמידי שנה בשנה אין די טעג בין כסא לעשור האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א נסיעה צו די קברי אבות לעורר זכות ישני עפר אין די ימים המסוגלים. מיטוואך נאכמיטאג האט דער רב שליט"א פארלאזט מקום מגוריו אין קרית אתא אויפן וועג קיין בית לחם אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו וואו עס האבן שוין אפגעווארט פילע חסידים ואנשי מעשה פון אלע שטעט, מען האט דארט געזאגט מזמורי תהילים און דער רב שליט"א האט געל


כלל ישראל באוויינט הסתלקות פון חסידא ופרישא הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב תל אביב
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טיפן ווייטאג ווערט פארשפרייט די שווערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, מפארי וזקני הרבנים בארץ הקודש, הגאון הצדיק רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל, רב קהל "אביר יעקב" אין תל אביב, וועלכער איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון 84 יאר איבערלאזנדיג א ריזיגער חלל און אן אבידה שאין לה תמורה לדאבון לב כל בית ישראל. דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן י"ד שבט שנת תש"ב אין שכונ


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער איז דעם מיטוואך אנגעקומען אויף א לענגערן ביקור הוד אין עיה"ק ירושלים, האט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, דינענדיג אויך אלס ביקור גומלין נאכן היסטארישן באזוך פונעם גערער רבי'ן ביים ראש ישיבה מיט אנדערהאלבן יאר צוריק. די צוויי רועי ישראל האבן פארברענגט בנועם שיח פאר ארום צוואנציג מינוט און זיך ווארעם געוואונטשן בברכת השנים. נ


וזוכר חסדי אבות: האד' מוויזניץ ירושלים איז מתפלל על קברי אבותיו אין בני ברק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הייליגע טעג, איז דעם מאנטאג אינדערפרי ארויסגעפארן קיין בני ברק אויף א תפילה אינעם אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית וויזניץ, וואו דער רבי האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהלים און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף תפיל


פרישע 5 מיליאן דאלער חלוקה דורך מפעל הכביר "קרן הצלה" פארגעקומען אין לשכת הבד"ץ פאר 276 מוסדות עטה"ק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג נארוואס נאכ'ן פארלאפענעם יאר תשפ"ו ווען מפעל הכביר "קרן הצלה" האט אויסגעטיילט גאנצע 17 מיליאן דאלער; האט מען אצינד, אריינטרעטנדיג אינעם נייעם יאר תשפ"ז, תחל שנה וברכותי', מיט'ן רעכטן פוס, ווען מ'האט ווידעראמאל אויסגעטיילט פרישע 5 מיליאן דאלער, פאר די מוסדות עטה"ק. די חלוקה איז פארגעקומען אינעם לשכת הבית דין צדק שבירושלים, זייענדיג א מחזה הוד וקידוש שם שמים. די מנהלים האבן נישט געקענט קומען צו זיך פאר התרגשות. פילע מנה


יומא אריכתא: שלש עשרה מידות בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין אלפי חסידי צאנז האבן מיטגעהאלטן א יומא אריכתא בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג שלש עשרה מידות, אנגעהויבן מיט די קריאת הקרבנות כנהוג בחצרות צאנז, נאכגעפאלגט מיט אמירת תשליך ברוב עם ביים וואסער ברעג אין קרית צאנז נתניה. אויך איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הקדוש פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, מעתיר צו זיין בדבר ישועה ורחמים אין די מסוגל'דיגע טעג,


מעמד חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון בארימטער "רופא חולים" ארגאניזאציע אין עיר הקודש ירושלים
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענער מעמד פתיחת שערים און קביעת מזוזות איז דעם פארלאפענעם וואך, אין די טעג בעפאר ראש השנה, אפגעהאלטן געווארן אין די נייע אפיסעס פון דער וועלט בארימטער "רופא חולים – אר-סי-סי-עס" ארגאניזאציע, אין עיר הקודש ירושלים. דער מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון גדולי ומאורי ישראל שליט"א, און מיט'ן השתתפות פון חשוב'ע נדיבים ותומכי הארגון וועלכע זענען געקומען צופארן פון די מרחקים, זיך מיטצופרייען מיט דער הרחבת ג


מעמד קביעת מזוזות אפגעראכטן אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. א גייסטרייכע מעמד קביעת מזוזה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא, וואס איז אין די טעג אריין אין דינסט להנאת די טויזנטער תושבי השיכון. דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיטן התמנות פון הרה"ג ר' יעקב יוסף ברייער שליט״א וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין פונעם ווילעדזש, און וועט דינען אלס תורה'דיגע אויטאריטעט צו פסקנען די כסדר'דיגע רעלעוואנטע שאלות וואס קומט אן צו


ביהמ"ד החדש דחסידי סטאניאסלאוו אין מאנסי באנייט געווארן לקראת יום טוב ראש השנה העעל"ט
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ברוך מרחיב גבולות, האבן פילצאליגע אידן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די תפלות און טישן במשכ'ן יום טוב ראש השנה העעל"ט בצל כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א אין מאנסי, אינעם נייעם היכל ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויט געווארן לשם ולתפארת. ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, איז אונטערגענומען געווארן דער גרויסער פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה פונעם סטאניסלאווער ביהמ"ד אין מאנסי, וועלכע איז במשך דעם גאנצן יאר א תל תלפיות פאר פילצאלי


כבני מרון: האד' מסאטמאר באזוכט אין בארא פארק אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בחדרו הפרטי אין בית המדרש הגדול אויף די 53'סטע גאס, וואו מען האט אנגעהויבן די זמני כניסה, וועלכע זענען אריין כבני מרון לברך ולהתברך לקראת די ימי רחמים ורצון. בין הנכנסים איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי של


שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מוויזניץ געפראוועט אין נייע "דיצה וחדוה" זאל אין קרית וויזניץ
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די נייע "דיצה וחדוה" זאל, וואס איז סטאנציאנירט אין דעם בנין בית המדרש הגדול אין קרית וויזניץ, איז דעם מוצאי צום גדלי' אפגעראכטן געווארן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זייענדיג א פרייליכע המשך צום געהויבענעם יום טוב ראש השנה העעל"ט. די כלה תחי' איז א טאכטער פון דעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, אבד"ק וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואוד שליט


ירושלים: דעלעגאציע פון כולל חבת ירושלים אויפגענומען מיט גרויס כבוד והערצה ביי האד' מצאנז קלויזענבורג נשיא הכולל
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער פארגאנגענעם וואך, איידער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט פארלאזט ארצינו הקדושה, איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם רבינס אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט אין ירושלים, א משלחת נכבדה פון רבני והנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, לכבוד די גרויסע חלוקה וואס ווערט פארטיילט אין די יעצטיגע ימים טובים סעזאן פאר טויזנטער נויטבאדערפיגע משפחות אין ארץ ישראל. אין שפיץ פונעם דעלעגאציע איז געווען


שיינעם באזוך פון האד' ממאחנובקא בעלזא אין בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא אין דער שטאט בית שמש מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען דעם ציבור לברכת השנים, און האט באשיינט דעם מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין הישיבה לצעירים מאחנובקא בעלזא אין בית שמש. אנקומענדיגע אין די נייע רמה ד' געגענט, האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין דער צייטווייליגער בית מדרש אין רמה ד' און דערנאך


שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל: גרויסן ציבור ביי דרשת שבת שובה דורך האד' מסאסוב בבית מדרשו אין בני ברק
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דרשת שבת שובה כנהוג, די דרשה איז איבערגעגעבן געווארן בבית מדרשו דקהל מנחת יום טוב סאסוב אין בני ברק וואו א גרויסן ציבור האט זיך איינגעזאמלט לשמוע את דבר ה'. די רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ופלפול און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות שטייענדיג אין אזעלכע הייליגע טעג בין כסא לעשור, באגלייט מיט דברי חיזוק בענינים העומדים על הפרק. נאכן דרשה האט די רבי געד


ותורה יבקשו מפיהו: יערליכע באזוך דורך ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא בהיכל ישיבת מיר אין ירושלים
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש היינטיגן מיטוואך נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מירער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג אין די גרויסע טעג בין כסא לעשור. דער היכל הישיבה און אלע אירע פליגלען זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער יונגעלייט און בחורים בני תורה וועלכע האבן זיך
bottom of page
