אלפי חסידים ביי שמחת בית צדיקים בחצרות באבוב - ספינקא - סאטמאר- טשאקאווע קערעסטיר | ברייטע דעקונג
דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט אן אויסטערלישער שמחה וחדות הלבבות, האבן שווערע טויזנטער חסידי באבוב מיטגעהאלטן די געהויבענע רבי'שע שמחה בחצר הקודש באבוב, שמחת הנישואין פון הכלה תחי', אן אייניקל פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, הכלה בת לבנו הגדול הגה"צ חיים שלום האלבערשטאם שליט"א, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, מיטן חתן המופלג הרב יעקב יוסף זעלטערייך, זון פון הרה"ג ר' אנשיל זעלטערייך שליט"א, ראש ישיבת משנת חיים, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א לרפו"ש.
ביום החופה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א לייוו הוק-אפ פאר די תלמידי ישיבת קדושת ציון ד'באבוב אין קרית באבוב בת ים, און אנגעוואונטשן די בחורים לכבוד השמחה במעונו. אזוי אויך האט דער רב אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה פאר די בחורים וואס לערנען אין די נייע געגרינדעטע ישיבה גבוה אין כולל פרי עץ חיים אין ירושלים עיה"ק, און זיי ווארעם אנגעוואונטשן לכבוד השמחה. באזונדער זענען די עסקנים פון תפארת בחורים ד'באבוב אריין אל הקודש פנימה און איבערגעגעבן א קוויטל פון די קרוב צו צוויי טויזנט בחורי באבוב העולמי, להיזכר לטובה בהאי יומא רבא.
די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד הגדול באבוב במעמד קהל רב, די טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען מקרוב ומרחוק מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה. אין די באשטימטע צייט איז דער חתן אריינגעקומען צו קבלת פנים, וואו א קאפעליע תלמידי המתיבתא האבן מהנה געווען בשירה וזמרה.
דערויף איז דער רב שליט"א ערשינען צום קבלת פנים, און מ'האטגעהערט דברי חרוזים לעורר הלבבות. דער רב האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן די בעלי השמחה.
נאכן אויסרופן די עדי כתובה הנגיד ר' משה חיים פאנצער און הנגיד ר' שלום אקסלער פון לאנדאן, איז דער רב שליט"א מיט די שושבינין ארויס צום באדעקן אינעם היכל השולחנות וואס איז געווען הערליך צוגעגרייט פאר די נשים. נאכן באדעקן איז דער רב שליט"א צוריק ערשינען אין בית המדרש, און אנגעטוהן דעם גארטל און געלייגט די אש פאר'ן חתן כנהוג.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס צום גרויסן באדן פון בית המדרש הגדול, וואו ס'איז פארגעקומען די חופה. ס'איז געווען אויפגעשטעלט פארענטשעס אויף די גאס פאר די ילדי חמד, אזוי אויך איז געווען ספעציעל צוגעגרייט א פלאץ אויף די 47'סטע גאס פאר די נשים צו קענען מיטהאלטן די חופה.
האחים החשובים, בני הרה"ח ר' משה חיים מאנדלבוים, האבן געזונגען ניגוני התעוררות, און דערנאך האט מען אויסגערופן דעם רב שליט"א צו סידור קידושין. עדי קידושין זענען געווען הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער און הרבני הנגיד ר' שמואל דוד הכהן פרידמאן, בעל מחבר ספר שדה צופים.
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אב"ד טשאקאווא קערעסטיר שליט"א, די ערשטע זעקס ברכות דער זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, און ברכה אחריתא דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, וואס האט זיך משתתף געווען בלויז ביים מעמד החופה מפאת חולשת גופו. נאכן חופה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו לכל העם הנאספים, אז מ'זאל מיטנעמען אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות פון די שמחה, דערנאך האט מען געזונגען ניגוני שמחה און אהיימבאגלייט דעם רב שליט"א.
דאן האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה אין די זאלן פון עטרת גאלדא פאר די בני המשפחה, און פאר די נשים אין די זאלן פון עמינענס. פאר די געסט פון אויסער די שטאט איז פארגעקומען א הערליכע סעודה אין היכל המתיבתא דבאבוב, וואו ס'איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך בתופים ובמחולות.
בשעה 10:00 אזייגער זענען דער חתן און די מחותנים ערשינען אין בית המדרש הגדול צו די ריקודים של שמחה, וואס האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.
דורכאויס די ריקודים איז שוין דער בית המדרש געווען פול געפאקט עד אפס מקום, אריינגערעכנט די 14-שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן, און די גאלעריעס, וואו עס זענען ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן פארענטשעס פאר די עלטערע קינדער פון תלמוד תורה.
די שמחה האט גובר געווען ווען הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט גיסו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און מיט די פעטערס הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
באזונדער איז פארגעקומען א שיינע מסיבת לחיים בחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואו הגה"צ אב"ד זענטא, גאב"ד סאטמאר בארא פארק און אב"ד סאטמאר 15 האבן אינאיינעם פארברענגט מיט זייער שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.
בשעה 11:00 איז דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ערשינען צו די שמחה לקול תרועת הזמר פון די טויזנטער חסידים, וואס האבן אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין, קול רנה וישועה באהלי צדיקים, צהלי ורוני יושבת ציון. דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה מיט'ן חתן און די מחותנים, און געהויבן די ריקודין. דערנאך האט זיך דער רב שליט''א געוואשן צום שמחה, בשעת מען האט ממשיך געווען די ריקודין.
עטליכע מאל דורכאויס די שמחה האט זיך דער רב שליט"א אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה מיט די חשובי האדמו"רים ורבנים וואס האבן זיך באטייליגט. צום ערשט האט דער רב אויפגענומען בכבוד רב ידידו ורעו הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, חבר בי דינא רבה פון די עדה החרדית. דער רב שליט"א האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך איז פארגעקומען א באזונדערע מחול לצדיקים מיט'ן רב שליט"א. אזוי אויך האט דער רב אויפגענומען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן. שפעטער איז ערשינען דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און דערנאך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א. דער רב האט זיי מכבד געווען מיט לחיים, און דערנאך צו טאנצן מיט'ן חתן, און אויך ארויס אין א ריקוד מיט די אדמורי"ם, און זיי ארויסבאגלייט בכבוד הראוי.
אזוי אויך האט דער רב זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן ריקוד מיט ידידו ורעו שאר בשרו הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א, און א ריקוד מיט הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מיטן פעטער הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא.
באזונדער איז דער רב געטאנצן מיט האחים הגה"צ רבי סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' און כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א.
אויך איז פארגעקומען א געהויבענע מחול לצדיקים מיט די רבנים אויפן אויבן אן: גאב"ד סאטמאר מאנסי, אבד"ק סאטמאר 15, אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, אבד"ק סיגוט, האדמו"ר מפאפא בארא פארק, הרה"צ רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און נאך.
א זעלטן געהויבענע מאמענט איז געווען ווען דער רב שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד מיט צוויי אייניקלעך בחורי חמד, קינדער פון זיין זון דער מחותן הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א, אויף דעם ניגון "וראה בנים לבניך", דער ניגון וואס אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע האט פארפאסט לרגל די חתונה פונעם מחותן הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א.
מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן דער פעטער הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א. מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די פעטערס הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א, הגה"צ אב"ד ספינקא שליט"א, הרה"צ רבי פנחס זעלטענרייך שליט"א, הרה"צ רבי אשר רובין שליט"א מטומושוב, און הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, ברכה אחריתא דער פעטער הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
נאכן טראדיציאנאלע קאזאקן טאנץ האט בדחנא דמלכא הרב זושא מנדלבוים אויפגערופן דעם רב שליט"א צום מצוה טאנץ, און מיט דברי התעוררות מעורר געווען זכות אבות. דער רב האט דאן אויפגעטראטן מיט דברות קודש און געוואונטשן דעם ציבור מיט אלע ברכות.
דאן האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין לפני הכלה מיט א געוואלדיגן חיות און דביקות כדרכו, און ממשיך געווען מיט די ריקודין מיט'ן חתן און די מחותנים שליט"א.
נאך לענגערע מינוטן האט דער רב געטאנצט מיט די שוואגערס הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א און הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א, און אויך די שוואגערס לבית וואקסמאן. נאכדעם איז פארגעקומען א געהויבענע ריקוד דורך די משפחת המלוכה, דעם רב'ס קינדער און איידעמער.
נאכדעם האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד, "חסדי השם כי לא תמנו", און געהויבן דעם גאנצן ציבור פאר לענגערע מינוטן נאכאנאנד.
דערנאך האט מען אויפגערופן די איבריגע זיידעס: צוערשט די זיידע אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר, דערנאך דער זיידע גאב"ד סאטמאר בארא פארק, און דערנאך די קינדער פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, ובראשם בנו הגדול הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא, און דערנאך דער מחותן אבי החתן הרה"ג אנשיל זעלטערייך שליט"א.
באזונדער האט זיך דער ציבור געהויבן ביי די געהויבענע מצוה טאנץ פונעם מחותן אבי הכלה הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א. ווען דערביי האט דער רב זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט בנו הגדול דער מחותן, און נאך א ריקוד מיט אלע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסלאנד לכבוד החתונה, און מ'האט פארענדיגט די שמחה'דיגע נאכט מיט'ן זמר "אין כאלקינו" כנהוג.



































































































































































































































תגובות