top of page
פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" פון נייעם בנין בית חינוך לבנות פון מוסדות וויען אין מאנסי
פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט JDN מיט גרויס התרגשות און עקסטאזפולע הרגשים האבן הונדערטער חסידי וויען, תושבי מאנסי, הורי תלמידות "בנות חנה וויען" און נדיבים נכבדים זיך פארזאמלט צום געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פאר'ן לרגל די התחלת הבנוי' פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין פונעם בית חינוך לבנות "בנות חנה וויען" וואס וועט אי"ה בקרוב געבויט ווערן בתוככי העיר. די וויענער מוסדות אין מאנסי וועלכע שטייט אונטער די פערזענליכער הדרכה פונעם נשיא


האד' מוויזניץ לאנדאן וועט פראווען "שבת חנוכה" בקרב חסידיו אין שטאט אנטווערפען
פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ אין אנטווערפען האבן זיך אנגעהויבן גרייטן מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן שבת פ' מקץ - שבת חנוכה אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט, און פראווען דעם געהויבענעם שבתא דריגלא בקרב עדת תושבי העיר. יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן אויף א שבת קיין אנטווערפען אויף וואס די חסידים קוקן ארויס א גאנץ יאר דינענדיג אלס א קוואל פון חיזוק פאר די גאנצע שטאט, ווען אין די זעלבע


בני ברק: הערליכע שמחת נישואין געפראוועט בחצר הקודש נדבורנא
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט רגשי שמחה והודאה האבן פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה און חסידי נדבורנא בפרט, מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין בחצרות הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יעקב יוסף ניישלאס שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א, מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הרה"צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מ


האד' מוויזניץ מאנסי אין א זעלטענעם רוף צו חסידים צו שטימען בלויז פאר קאנדידאטן אינדארסירט דורך די מוסדות
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר די וואלן וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, נעכטן מיטוואך אין א זעלטענעם ערשייונג אויפגעפאדערט פון די חסידים ארויסצוגיין שטימען בלויז פאר די אפציעלע מוסדות אינדארסירטע קאנדידאטן. די רבי שליט"א האט איבערגעגעבן די חובת השעה אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע וואלן בעת די דרשת פתיחת הזמן פאר די אברכי הכולל, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם בלבול וואס הערשט אין די אלגעמיי


הכנה דרבה צו ערשטער חתונה פון אן אייניקל ביי האד' מלעלוב על אדמת אמעריקע
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בשמחה רבה וחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן לעלובער חסידים און מעריצים אין ניו יארק צו די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן על אדמת אמעריקא און טוט אויפברענגען נאסטאלגישע הרגשים ביי אלע תלמידים וחסידים גרייכענדיג דעם געהויבענעם מאמענט. די שמחת הנישואין וואס איז באשטימט אויף דעם קומענדיגן ראש חודש כסליו, טראגט א היסטארישע באדייט, נ


הכרת הטוב: האד' מצאנז באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א נאכפאלגנדיג די קריטישע וואלן
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין טיפע הכרת הטוב און באדאנקט דעם ראש הישיבה בשם די רבבות אלפי ישראל יושבי ארץ הקודש, פאר זיין אויסטערלישע מסירות נפש, בטרחא דגופא ובטרחא דגברא רבה, וואס ער האט גענומען אין די לעצטע צוויי וואכן, מכתת רגליו צו זיין לארכה ולרחבה פון גאנץ ארץ ישראל, למען הצלחת המערכה פאר'


שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מוויען און אבד"ק נייטרא מאנסי | בילדער גאלעריע
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב,JDN שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הרה"צ ר' יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב יהושע ווייסמאנדל שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' פנחס אלי' קופפערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק וואולקאן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויען אין וויליאמסבורג.


האד' ממונקאטש באזוכט אויפן שטח הבני' פון נייע בנינים פאר מוסדות מונקאטש מאנסי לקראת חגיגת הנחת אבן הפינה
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך תלמידי וחסידי מונקאטש און די פילע חשוב'ע עלטערן פון די מונקאטשער מוסדות אין מאנסי צום "מעמד הנחת אבני הפינה", וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה הבעל"ט, וואו מען לייגן דעם יסוד פאר צוויי נייע בנינים אדירים לה' ולתורתו: א בנין פאר "ישיבה יודעי בינה מונקאטש" און א בנין פאר "תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש". דער מעמד וועט פארקומען אויפן גרויסן נייעם שטח אין דער עירמאונט געגנט אין מאנסי, וו


מעמד אדיר סיום הש"ס דורך סאטמארער ש"ס חבורה "זכרו" וועט געפייערט ווערן אין ריזיגן "נעסאו קאלעסיום" סטאדיום
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע חדשים אפגערוקט פון דעם היסטארישן יומא טבא רבנן ״חג התורה״, מעמד סיום והתחלת הש״ס דורך די סאטמארער ש"ס חבורה ״זכרו״, וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג פ' כי תשא - פורים קטן, איז מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען געווארן ביי נאנט צו א רבבה לומדי החבורה, אז עס איז ב"ה געלונגען פאר די עסקנים ארויסצודינגען דעם מעגא-גיגאנטישן ״נעסאו קאלעסיום״ סטעדיום, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די מעמד אדיר נשג


זריזין מקדימין: האד' מסאטמאר באזוכט אין בית האופה אין קרית יואל צום אנהייב פון אפיית המצות סעזאן
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די טעג ווען מען האט אנגעהויבן דעם מצות באקן סעזאן אינעם בית האופה דקהל יטב לב אין קרית יואל, ווען די מאסיווע פראדוקציע צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות' לקראת חג הפסח הבעל"ט איז אין פולן שוואונג, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה צו מיטהאלטן דאס מצות באקן און מפקח זיין אויף די ארבעט, זיכער צו מאכן אז אלעס גייט צו מיט די גרעסטע מאס הידורים וואס זענען איינגעש


בונים פונעם נייעם גיגאנטישן "היכל השולחנות" בחצה"ק סקווירא וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין אריזאנע
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די צייט וואס מען גרייט זיך בחצר הקודש סקווירא צוצוטרעטן צום מלאכת הבנוי', אויפצובויען א נייעם גיגאנטישער "היכל השולחנות", און "היכל התורה" אויפן ארט פונעם היכל "ביהמ"ד הישן ד'שיכון סקווירא", קומט אריין די היסטארישע נייעס איבער א ספעציעלע שבת לנגידים וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אפרעכטן אין אריזאנע אינאיינעם מיט די נגידים בעם, יחידי סגולה, וואס וועלן זיך לאזן קאסטן מיט די פאנטאסטישע סומע פון א האלב מיליאן דאלאר און


קאנגרעסמאן מייק לאולער באזוכט ביי האד' מסקווירא צו די בעפארשטייענדע וואלן
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש פארגאנגענעם וואך דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א האט באזוכט ביים רבי'ן, קאנגרעסמאן מייק לאולער, וועלכער איז געקומען אפנעמען דעם ברכת הקודש צו זיין ווידערוויילונג אין קאנגרעס זייענדיג באגלייט דורך זיין אידישע געהילף ראפי זילבערבערג, דער מעיאר פון שיכון סקווירא הרב ישראל משה שפיטצער און נאך עסקנים. לאולער האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט מיטן רבי'ן פארשידענע עניני הכלל ווען א גרויס טייל פונעם וויזיט אי


אל תגעו במשיחי: האד' מערלוי מיט שארפן מחאה קעגן דברי בזיון אויף הרה"ק מבעלזא זי"ע איבער דעת קדשו בנוגע די בחירות
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש א חוצפה'דיגע סצענע האט זיך אפגעשפילט דעם זונטאג אינדערפרי אין ביהמ"ד הגדול ערלוי אין די קטמון געגענט, ווען א געוויסע פארשוין באיצטלא דקנאות איז נאך תפלת שחרית, צוגעגאנגען צו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א און אנגעהויבן מיט א היציגע טאן זיך אויסצו'טענה'ן מיטן רבי'ן שליט"א לגבי די בעפארשטייענדע בחירות, היתכן דער רבי האט ארויסגעגעבן זיין הוראה אז מען זאל זיך משתתף זיין ביי די בחירות. אינמיטן די טענה'ריי וואס האט געהאלטן ביי היציגע טענע


רבבות בני תורה פארזאמלט ביי צענטראלער כינוס בחירות אין בני ברק אין שפיץ פון גדולי ראשי הישיבות מנהיגי עולם התורה
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נאך א פולן וואך וואס די גדולי וזקני ראשי הישיבות, מרן הגאון האדיר רבי דוב לנדא שליט"א און מרן הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א, האבן מכתת רגלם געווען לאורכה ולרחבה פון ארץ ישראל ארויסצוברענגען דעם חובת השעה צו שטיצן די "יהדות התורה" פארטיי (אות ג'), לקראת די מארגנדיגע וואלן, נעכטן זונטאג - א מעת לעת בעפאר די קריטישע וואלן אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע כינוס בחירות אין עיר התורה בני ברק. רבבות אלפי ישר


וגילו צדיקים: געהויבענער שמחת נישואין אין די הויפן פון ניקלשבורג - ראזלא - קרעטשניף סיגעט
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין,JDN פילע תלמידים וחסידים זענען אונטערן רושם פון די געהויבענע שמחה אין די הויפן פון ניקלשבורג - ראזלא - קרעטשניף סיגעט, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב בקול רנה והמון חוגג. בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זון פון הרה"צ ר' חיים אלי' יואל איליאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, עב"ג די כלה א טאכטער פון


דברים קילורין לעינים פון האד' מזידיטשוב ווערעצקי איבער בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל | ווידיאו
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דברים קילורין לעינים איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי שליט"א ביים מלוה מלכה פארגאנגענע מוצאי שבת, וואו די רבי האט זיך באצויגן איבער די יעצטיגע מצב אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל. דער רבי האט ארומגעקאכט איבער די חכמה און ווייטע בליק פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אשר כל דבריו חיים וקיימים, היינט צוטאגס זעט מען בחוש ווי ער איז געווען גערעכט, וואס א חוץ זיין קדושה וטהרה איז ער געווען דער חכם עדיף מנביא


הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בן האד' מסאטמאר וויילט שבת במחיצת הקודש פון האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש צווישן די געסט, וואס האבן געוויילט אויף דעם שבת פרשת לך לך בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, איז געווען הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אבד"ק סיגוט, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט מיטגעהאלטן אלע תפילות און שולחנות הטהורים אינעם פשעווארסקער הויף. במשך די טישן דורכאויס שבת איז ער געזעצט געווארן הארט נעבן דעם רבי'ן, און אויך ביים דאווענען איז ער געשטאנען ביים מזרח צווישן די רבנים


ממשיך שולשילתא דדהבא: הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מאור עינים מטשערנאביל זי"ע ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN


האד' מגור הייבט אן דיאליזיס באהאנדלונגען; בניו הרבנים מתפלל געווען ביים ציון הק' פון צדיקי בית גור
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי גור בכל מקומות מושבותיהם פאלגן נאך מיט זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים אין ליכט פון דעם וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א הייבט היינט זונטאג אן א סעריע דיאליסיס באהאנדלונגען, לויט דער אנווייזונג פון די דאקטוירים, נאכדעם וואס דער רבי מוטשעט זיך די לעצטע תקופה מיט קאמפליקאציעס אין די נירן, ל"ע. דאס קומט נאך מערערע אונטערזוכונגען און אפשאצונגען דורך פראפעסארן, סיי פון אמעריקע און סיי פון ארץ ישראל, וועלכע זענען ספעציאליזירט אי


צהלי ורוני יושבת אייראפע: היסטארישע נסיעה פון גדולי ומאור הדור בארצות אייראפע לטובת קרן עולם התורה
מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית בארצות אייראפע איז איינגעהילט אין א התרגשות'דיגע שטימונג זיך גרייטנדיג מקבל פנים צו זיין די גדולי הדור רבותינו שבארץ ישראל וואס וועלן ווידער ארויספארן קיין חוץ לארץ אויפצוטרייבן פרישע מיליאנען לטובת די קרן עולם התורה בארה"ק, דאסמאל קיין אייראפע מזכה צו זיין די ארטיגע אידן מיט די גרויסע זכיה להחזקת עולם התורה. שוין איבער צוויי יאר איז אריבער זינט די גדולי ראשי הישיבות האבן אוועקגעשטעלט דעם קרן עולם התורה, מי


bottom of page

