top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה צו ערשטער חתונה פון אן אייניקל ביי האד' מלעלוב על אדמת אמעריקע

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בשמחה רבה וחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן לעלובער חסידים און מעריצים אין ניו יארק צו די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן על אדמת אמעריקא און טוט אויפברענגען נאסטאלגישע הרגשים ביי אלע תלמידים וחסידים גרייכענדיג דעם געהויבענעם מאמענט. 


די שמחת הנישואין וואס איז באשטימט אויף דעם קומענדיגן ראש חודש כסליו, טראגט א היסטארישע באדייט, נאך קרוב צו צוואנציג יאר נאך די לעצטע חתונה אינעם רבינ'ס הויף על אדמת אמעריקע, ווען די רבי האט חתונה געמאכט זיין יונגסטער קינד, בשעת וואס די חתונות פון די ערשטע אייניקלעך ביים רבי'ן זענען געפראוועט געווארן אין ארץ ישראל, און די חסידים האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט אויף דעם געלעגנהייט זיך מיטצופרייען מקירוב מקום וקירוב הלבבות ביי א שמחה בבית המלוכה, און מיטהאלטן דעם רבינס עבודה נשגבה און די געהויבענע שעות של שמחה ותענוג רוחני בהאי עידנא דחדוותא.


בשטומ"צ וועט גיין אונטער די חופה הכלה בת קדושים עלטסטער טאכטער פונעם רבינס איידעם הרה"צ ר' אליעזר וויליגער שליט"א ראש הכולל לעלוב, זון פון הגה"צ רבי לייבל וויליגער שליט"א ר"מ בישיבת תורה ודעת, מיטן חתן אן אייניקל פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' חיים שלמה רוטנער שליט"א, בן הגה"צ אב"ד שאמקוט שליט"א.


די חתונה וועט געפראוועט ווערן בקול רינה ותודה והמון חוגג דעם קומענדיגן מיטוואך תולדות ב' דר''ח כסלו הבעל''ט, אין די פראכטפולע זאל פון די בעלזא תלמוד תורה אין בארא פארק, צו וועלכן עס איז ערווארטעט א מאסן שטראם פון חסידים און מעריצים וואס וועלן זיך מיטפרייען ביי די שמחה הגדולה, אנגעהויבן פון  די חופה, סעודת החתונה, די ריקודין און צום קלימאקס די געהויבענע מעמד המצוה טאנץ.


צו די שמחה זענען ערווארטעט פילע געסט פון ארץ ישראל אין שפיץ פון דעם רבינ'ס ברידער המשפיעים לבית לעלוב, וועלכע וועלן קומען צופארן מיטהאלטן די שמחה הרוממה, אין די זעלבע צייט זענען די עסקני וועד החתונה שוין אקטיוו איינצורישן אש"ל מלא און אלעס ארום צו מסדר זיין די אורחים על צד היותר טוב.


באזונדער ווערן געמאכט העפטיגע הכנות צו די שבת של שמחה, די שבע ברכות וואס וועט אפגעראכטן ווערן במחיצתו פונעם געהויבענעם זיידן דער לעלובער רבי שליט"א אין שטאט בארא פארק, די תפילות און עריכות השולחנות וועלן פארקומען אין די וויזניצער זאל "אור החיים", וואו עס וועט ספעציעל ווערן בעז"ה צוגעשטעלט סעודות און אש"ל בהרחבה פאר די געסט פון אלע שטעט וואס וועלן מיטהאלטן דעם שיינעם שבת במחיצת הקודש, זייענדיג א זעלטענע געלעגנהייט צו קענען בייוואוינען דעם רבינס געהויבענע עבודה, נאך וואס דער רבי טוט גאר זעלטן ארויסקומען ברבים צו די שבת'דיגע תפילות און טישן.

תגובות


bottom of page