top of page
עקסטאזפולע אבן הפנה פאר נייעם "קרית הישיבות" פון ישיבת הרמה פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט עקסטאזליכע פייערליכקייט איז במעמד אלפי התלמידים דעם מאנטאג אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" פאר'ן נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" פון ישיבתו הרמה פונעם פוסק הדור וזקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין שטאט בית שמש. די ישיבה פונעם פוסק הדור איז וועלט בארימט אלס פרעכטיגע תורה פעסטונג וואס פונקציאנירט לשם ולתפארת שוין א תקופה פון דרייצן יאר, ווען דער פוסק האט דאן געגרינדע


מקח געשלאסן אויף נייעם גיגאנטישן בנין אין מאנסי פאר תלמוד תורה "עבודת משולם פייש דטאהש"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי טאהש פון אלע מקומות זענען אויף מיט די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות טאהש אין ניו יארק וואס שפאנט פאראויס מחיל אל חיל, ווען אין אין סאמע ברען פון פארנומענעם ערב יום טוב סעזאן איז די הנהלת די המוסדות אין מאנסי אריינגעשפרינגען אין א מולטי-מיליאן דאלאר'דיגן קאנטראקט אויף א גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע און ארומיגע שטח אדיר, פארן פרעכטיגן אויפבלי פון "תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש". דער בנין המוסדות החדש ושטח האדיר,


היסטארישער פראיעקט בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר מיט אויפבוי פון פרעכטיגע "תקנות תנאים-זאלן"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי שוין באריכטערט האט דעם פארלאפענעם זמן שמחתינו אפגעקלינגען צווישן אלפי חסידי סאטמאר אומעטום, די פריידיגע נייעס איבער א ווייטגרייכנדער שריט אינעם ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, סיי להרחיב דעתו של צדיק ואלפי חסידי סאטמאר הבאים בצלא קדישא עלאה, און סיי אהערצושטעלן א זעלטענעם דורכברוך לטובת די חסידים בעלי שמחה זאלן קענען פראווענען שמחות צאצאיהם מתוך הרחבת הדעת. אין די טעג פון ערב סוכות, איז ערשינען בביתו נאווה


ווידיאו • מעמד חנוכת הבית פאר'ן נייעם הויפטקווארטיר פון RCCS אין ארה"ק בהשתתפות גדולי ישראל
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


פרייד צווישן חסידי טשערנאביל צום פתיחת שערים פונעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א געהויבענעם שטימונג האבן חסידי טשערנאביל אין בארא פארק באנאייט, מיט התחדשות דעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול טשערנאביל, וואס ווערט געבויט אין בארא פארק, און איז צייטווייליג פארענדיגט געווארן לקראת די ימים הנוראים דהאי שעתא. דער טשערנאבילער ביהמ"ד אין בארא פארק איז א תל תלפיות פאר די פילצאליגע אידן, חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און דער ביהמ"ד איז שוין לאנג צר מ


מעמד חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון בארימטער "רופא חולים" ארגאניזאציע אין עיר הקודש ירושלים
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענער מעמד פתיחת שערים און קביעת מזוזות איז דעם פארלאפענעם וואך, אין די טעג בעפאר ראש השנה, אפגעהאלטן געווארן אין די נייע אפיסעס פון דער וועלט בארימטער "רופא חולים – אר-סי-סי-עס" ארגאניזאציע, אין עיר הקודש ירושלים. דער מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון גדולי ומאורי ישראל שליט"א, און מיט'ן השתתפות פון חשוב'ע נדיבים ותומכי הארגון וועלכע זענען געקומען צופארן פון די מרחקים, זיך מיטצופרייען מיט דער הרחבת ג


מעמד קביעת מזוזות אפגעראכטן אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. א גייסטרייכע מעמד קביעת מזוזה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא, וואס איז אין די טעג אריין אין דינסט להנאת די טויזנטער תושבי השיכון. דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיטן התמנות פון הרה"ג ר' יעקב יוסף ברייער שליט״א וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין פונעם ווילעדזש, און וועט דינען אלס תורה'דיגע אויטאריטעט צו פסקנען די כסדר'דיגע רעלעוואנטע שאלות וואס קומט אן צו


ביהמ"ד החדש דחסידי סטאניאסלאוו אין מאנסי באנייט געווארן לקראת יום טוב ראש השנה העעל"ט
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ברוך מרחיב גבולות, האבן פילצאליגע אידן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די תפלות און טישן במשכ'ן יום טוב ראש השנה העעל"ט בצל כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א אין מאנסי, אינעם נייעם היכל ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויט געווארן לשם ולתפארת. ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, איז אונטערגענומען געווארן דער גרויסער פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה פונעם סטאניסלאווער ביהמ"ד אין מאנסי, וועלכע איז במשך דעם גאנצן יאר א תל תלפיות פאר פילצאלי


שיינעם באזוך פון האד' ממאחנובקא בעלזא אין בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא אין דער שטאט בית שמש מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען דעם ציבור לברכת השנים, און האט באשיינט דעם מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין הישיבה לצעירים מאחנובקא בעלזא אין בית שמש. אנקומענדיגע אין די נייע רמה ד' געגענט, האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין דער צייטווייליגער בית מדרש אין רמה ד' און דערנאך


מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פארן בית המדרש החדש דחסידי נדבורנא אין עיה"ק ירושלים
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני נעכטן דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק צו באשיינען דעם מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פונעם נייעם בית מדרש דחסידי נדבורנא אין שטאט. נאך עטליכע יאר וואו דער צייטווייליגער ביהמ"ד וואו די חסידים פלעגן דאווענען בצוותא חדא בשבתות ומועדים, איז געווען נע ונד אין פארשידענע לאקאלן איז מען ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה ווען אין די לעצטע טעג האט מען גומר געווען די בוי פרא


פתחו של אולם: הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקא אפגעקויפט זכות שם אולם ווילחאוויץ אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אן עהרנפולער מסיבת לחיים איז אפגעהאלטן געווארן אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און כלל-טוער הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקע, וועלכער האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון אנדערהאלבן מיליאן דאלאר, אפצוקויפן דעם זכות שם הבנין פונעם פיליעריגן בארימטן "ווילחאוויץ" חתונה-זאל אין שטאט, ויקרא שמו בישראל: "אולם ווערדיגער". דער ו


התרגשות'דיגער מעמד קביעת מזוזות צום פתיחת שערים פון בנין החדש און נייע מוסדות דקהל תולדות יהודה אין בארא פארק
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה והתרגשות איז דעם פארגאנגענעם זונטאג א' סליחות געפייערט געווארן דער מעמד קביעת מזוזות ופתיחת שערים צום חינוך בנין החדש ומפואר פאר'ן נייעם מוסדות התורה והחינוך תלמוד תורה בני יהודה דקהל תולדות יהודה וואס עפנט אצינד אירע טויערן לתורה ולחינוך הדורות ברוח ישראל סבא בתוככי עיר ואם בישראל בארא פארק, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א. דער מעמד האט אפגעצייכנט א דראמאטישע און היסטארישע אנטוויקלונג אינער


פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" ביים נייעם פליגל פון בנין ישיבה קטנה דסקווירא אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט גרויס פייערליכקייט איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "הנחת אבן הפנה" צום נייעם פליגל פונעם בנין הישיבה קטנה "תולדות יעקב יוסף סקווירא" וואס ווערט געבויט צו קענען נאךקומען דעם גרויסן פלייץ פון בחורי חמד תלמידי הישיבה. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרגשות, בראשות הרה"צ שליט"א בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בניו הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, הרה"צ רבי יצחק שליט"א, הרה"צ רבי


התרגשות צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד החדש דחסידי ראחמיסטריווקא אין אוקענוויין דעם א' סליחות
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי ראחמיסטריווקא אין שכונת אוקענוויין, צום פתיחת שערים פונעם בנין החדש והמפואר פון די קהלה, וואס וועט אי"ה באנייט ווערן מיט די תפלות פונעם גרויסן טאג א' דסליחות הבעל"ט. דער רחמיסטריווקער ביהמ"ד בשכונת אוקענוויין אין לעיקוואוד, איז א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן וואס קומען כסדר זיך מסתופף צו זיין בצלו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא-אוקענוויין שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטרי


עקסטאזליכע חגיגת הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר והמפואר תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שלום שווארץ, JDN מיט אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז איז פארלאפענעם מאנטאג געפייערט געווארן דער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי, במקהלות הונדערטער חסידי בעלזא פון אמעריקא, בראשות דער אורח הדגול הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן בשליחות הקודש צו באשיינען דעם גרויסן מ


מעמד פתיחת הזמן בשילוב קביעת מזוזות אין ישיבת 'תורת ישראל' קרעטשניף - קרית גת
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש לרגל דעם התחלה פונעם נייעם זמן איז פארגעקומען אין היכל ישיבת ״תורת ישראל״ קרעטשניף קרית גת, א געהויבענעם מעמד פתיחת הזמן, בראשות דער נשיא הישיבה כ״ק אדמו״ר מקרעטשניף קרית גת שליט״א, וועלכער האט איבערגעגעבן דברי הדרכה וחיזוק פאר די תלמידי הישיבה לרגל התחלת הזמן. ביים אנקומען צום מתחם הישיבה איז דער רבי שליט״א, אינאיינעם מיט די הנהלת און צוות הישיבה, דורכגעגאנגען דעם נייעם פליגל וואס איז צוגעבויעט געווארן צום דארמיטארי פון ד


בפניא דמעלי שבתא: מעמד קביעת מזוזה דורך האד' מוויזניץ אין פארגרעסערטע היכל ביהמ"ד הגדול
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער דורכאויס די זומער חדשים וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וויילט אין שווייץ אויף אפרוה איז אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט צו פארגרעסן דעם בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים בליעה"ר וואס קומען וויילן ביים רבי'ן, איבערהויפט אין די הייליגע טעג אין די ימים הנוראים, ווען די געדרענג שרייט זיך ארויס פון יעדן ווינקל שוין עטל


גראנדיעזע איבערבוי פראיעקט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר טרעט אריין אין לעצטע פאזעס לקראת די הייליגע טעג הבעל"ט
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע זומער וואכן איז אנגעגאנגען דער העפטיגער "פלטרין של מלך" בוי פראיעקט בהיכל בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, בית מדרשו של רבי, וואו מען גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלן אימפעט לפאר, לרומם ולהדר אלצדינג בפנים חדשות, אויף וואס עדת חסידי סאטמאר קוקט שוין ארויס בכליון עיניים. אין די יעצטיגע פאזע פונעם פראיעקט איז די עלעקטעריק ארבעט אינעם גאנצן היכל בית המדרש הגדול שוין פולקאם פארענדיגט געווארן. אזוי אויך איז די


מזמור שיר חנוכת הבית: מעמד לחיים און קביעת מזוזות פון נייע ביהמ"ד דחסידי קארלין סטאלין אין בני ברק
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק לכבוד דעם מעמד חנוכת הבית פון די נייע איבערגעבויטע בית המדרש דחסידי קארלין סטאלין אין שטאט, און אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר בפרוס ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי שליט"א צוערשט צוגעפארן צו דער מאחנובקא-בעלזא הויף, וואו ער האט זיך משתתף געווען ביי די מעמד החופה פונעם ערשטן אור-אייניקל בשאר בשרו כ"ק אדמו"ר ממאחנובק


מעמד הנחת אבן הפנה אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט איצי מ. אין מחנה תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא אין די קעטסקיל בערג איז אין א יום טוב'דיגע שטימונג געפייערט געווארן דער גראנדיעזער מעמד הנחת אבן הפינה פאר דעם נייעם בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די ילדי המחנה דורכאויס די זומער חדשים. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בשליחות הקודש, און איז געווען מיט די השתתפות פון


bottom of page
