top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנות צו איינווארפן אור אלטע געביידע פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים עיה"ק אריין אין פולן שוואונג

לפני 19 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

נאך עטליכע יאר פון הכנה דרבה צו די היסטארישע בוי פראיעקט פאר די אויפבוי פונעם נייעם מאיעסטעטישע ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אהרן אין ירושלים איז מען אין די טעג אריין אין שוואונג און אנגעהויבן די ערשטע שטאפלען זיך גרייטנדיג צו די מלאכת הבניה.


אין ראם פון דער מאסיווער איבערבוי פאדערט זיך אז מען זאל איינווארפן די אור אלטע געביידע וועלכע האט לאנגע יארן געדינט אלץ דער שול און אויך פאר די בנין התלמוד תורה, וואס פאדערט זיך אז מען זאל ערשט אויסליידיגן די בנינים פון אלע אירע ווערדפולע חפצים.


אין די טעג איז אריין אין שוואונג דער שטאפל פון אויסליידיגן די בנינים פון אלע אירע אלטע חפצים א שטייגער ווי טישן, בענק און ספרי קודש ועוד.


די פאקטישע ארבעט אויפ'ן שטח פונעם שול האט אריינגעברענגט א רגש דקדושה ביי די חסידים זעענדיג בחוש ווי נאך לאנגע יארן פון הכנות הייבט מען אן טון למעשה און מען ליידיגט אויס די גרויסע בנין.


תלמידי וחסידי תולדות אהרן קוקן ארויס אויף דער המשך פון די עבודת הבניה און האפן אז די ארבעט זאל גיין גיך אן קיין מכשולות און מען זאל בקרוב זעהן שטיין די גרויסע הערליכע און מאייעסטעטישע געביידע על תילה בני'.



תגובות


bottom of page