top of page
תֵּפֶן אֵלֵינוּ בְּרַחֲמִים • סליחות ראשונות בחצר הקודש תולדות אהרן
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מתולדות אברהם יצחק לברך ולהתברך בברכת השנים
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים, עניני חודש אלול, וסיפורי צדיקים. ביים ענדע פונעם באזוך וואס האט זיך פארצויגן ארום א האלבע שעה, האבן זיך די ברידער האדמור"ים איינגעשפארט ביחידות פאר א משך זמן קרוב צו א שעה צייט, און דערנאך זיך ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יא


לברך ולהתברך: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צום נייעם יאר
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך לביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, זייענדיג אונטערוועגנס קיין בית שמש וואו דער רבי האלט זיך אויף דורכאויס די וואך אויפצונעמען די חיסידים צום נייעם יאר. דער רבי האט דורש געוועהן בשלומו פונעם גאון און מען האט אריינגעברענגט כיבוד, עס איז דערביי געשאפן געווארן א לענגערע שמועס איבערן מצב הדור ביי וועל


האד' מתולדות אהרן וועט וויילן א פולע וואך אין בית שמש אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר צום נייעם יאר
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש לויט דעם נייעם סדר וואס איז איינגעפירט געווארן פאריאר חודש אלול וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אויך דאס יאר, וויילן דורכאויס א פולע וואך אין דער שטאט בית שמש, די וואך פ' כי תבוא און אויפנעמען די טויזנטער חסידים תושבי העיר און זייערע משפחות לקראת די ימי הרחמים והרצון. אנדערש ווי אלע יארן ווען דער רבי שליט"א פלעגט פארן בערך 6-7 נעכט דורכאויס חודש אלול אויפנעמען די ציבור חסידים אין בית שמש, וואו עס איז פארהאן גאר א גרויסע מספר


כשם ש'נסע' לברית: חסיד געקומען צו פליען פון ארץ ישראל אפצורעכטן ברית ביי האד' מתולדות אהרן אין קערעסטיר
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענער שמחת ברית מילה איז נעכטן זונטאג אפגעראכטן געווארן אין קערעסטיר אונגארן, ווען דער רך הנימול איז געקומען צו פליען פון ארץ ישראל כדי אריינצוגיין לבריתו של אברהם אבינו על ברכי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגע וואכן אויף אפרו אין מאד, בגלילות קערעסטיר. דער אבי הבן, הר"ר שמעון פאפענהיים, מחסידי תולדות אהרן, האט שוין מיט צוויי יאר צוריק אפגעראכטן א ברית פאר א קינד בצל הקודש פונעם רבי'ן אין קערעסטיר, און א


ווידיאו • האד' מתולדות אהרן ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע לכבוד די יארצייט
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


בכה תבכה בלילה: תיקון חצות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום קרויס - JDN


האד' מתולדות אהרן פוקד געווען ציון הק' קערעסטיר לרגל ערב ראש חודש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה אינעם שטעטל מאד אין אונגארן, איז נעכטן – נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין איהעל בעצם יומא דהילולא – צוגעפארן צום דערנעבנדיגן שטאט קערעסטיר, פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פונעם צדיק און פועל ישועות הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש מנחם אב. אנקומענדיג קיין קערעסטיר האבן די עסקנים פון רבי ישעי'לעס הויז און


הערליכע מעמד סיום מסכת בבא בתרא בקרב ק"ק תולדות אהרן בראשות האד' מתולדות אהרן ורבני הקהילה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN א הערליכער און רייכער מעמד סיום מסכתות אויף די מסכתא "בבא בתרא" איז פארלאפענע וואך פארגעקומען בקרב ק"ק תולדות אהרן, נאכדעם וואס מען האט מסיים געווען די גרויסע מסכתא "בבא בתרא" במסגרת דעם קביעות'דיגן לימוד התורה וואס ווערט געלערנט בצוותא חדא דורך בני הקהילה. דער מעמד איז פארגעקומען אין דעם גרויסן בית המדרש פון תולדות אהרן, וואו ביי שיין געדעקטע טישן איז צוגעשטעלט געווארן א מכובד'יגע סעודה לכבודה ש


נצא השדה: תומכי מוסדות תולדות אהרן וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין מאד - אונגארן
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א זעלטענעם שריט וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פראווענען א גרויסער שבת וויילנדיג אויף אפרו אין מאד אונגארן, מאכנדיג דערמיט אן אויסנאם לכבודם פון די נדיבים בעם וועלכע לאזן זיך קאסטן פאר די מוסדות הקדושים דחסידי תולדות אהרן. אין די טעג ווען ער ווערט געלאזט אין גאנג די מגבית "השפע" לטובת מוסדות תולדות אהרן בארה"ק, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו און איינגעוויליגט צו מעריך זיין א שבת אינאיינעם מיט די תומכי המוסדו


תורה צוה לנו: מעמד התחלת לימוד האותיות בחצר הקודש תולדות אהרן
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש תולדות אהרן די מעמד "התחלת לימוד האותיות" פאר אלע ילדי כתה א' פון די חאלאקע יארגאנג אין תלמוד תורה תולדות אהרן אין ירושלים, די מעמד איז פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן אין ירושלים בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון לימוד הא' ב' מפי ספרים וסופרים, און דאן אנגעהויבן פארלער


צענטראלע שבע ברכות לרגל שמחת בית תולדות אהרן געפייערט דורך מבצר הכוללים "באר יוסף"
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין ברוב פאר והדר איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע שבע ברכות בשמחת בית תולדות אהרן צוגעשטעלט דורכן מבצר הכוללים "באר יוסף" לרגל די שמחת נישואין פונעם חתן א זון פונעם ראש הכולל הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי זיין פעטער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען


טויזנטער חסידים מיטגעהאלטן שמחת הנישואין פון נכדי האד' מתולדות אהרן און אחיו ראש ישיבת תולדות אהרן
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר/שלום קרויס מיט אומגעהויערע רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן טויזנטער חסידי תולדות אהרן מכל מקומות מושבותיהם זוכה געווען מיטצולעבן די געהויבענע שמחה כפולה בחצר הקודש, די שמחת הנישואין פון בשותפותדיגע אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און זיין ברודער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים. עס איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן, א זון


הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון האד' מתולדות אהרן באזוכט בבתי גדולי ישראל לכבוד די חתונה פון בנו החתן
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג איז הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א ראש הכוללים באר יוסף ובנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ארומגעגאנגען לבתי האדמור"ים און גדולי ישראל לענגאויס ארץ הקודש איינצולאדענען לקראת די שמחה במעונו, די מארגנדיגע חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר אין עיר הקודש ירושלים. צווישן אנדערע האט ער באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, מ


הרה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון האד' מתולדות אהרן ניסים'דיג איבערגעלעבט ערנסטע קאר עקסידענט אין צפת
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס ניסים האט פאסירט די נאכט מוצאי שבת ווען הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און ראש כולל "באר יוסף", איז געווען פארמישט אין א ערנסטע קאר עקסידענט און איז בחסדי שמים געראטעוועט געווארן ממוות לחיים. הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א האט זיך געפונען אויפן וועג אהיים קיין ירושלים נאכן וויילן אויף א שבת אין עיה"ק צפת במחיצת אביו הגדול דער רבי שליט"א, רבי ישראל יוסף איז שוין ארויסגעפארן קיין צ


הלילה הולך אחר היום: האד' מתולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון למחרת ל"ג בעומר
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר תיכף נאכ'ן געהויבענעם טיש לכבוד היום, האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ארויסגעלאזט אין שפיץ פון מערערע שיירות חסידים, קיין אתרא קדישא מירון, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. די רייזע איז אריבער מיט פארשידענע טלטולי דרכים, ביז ארום דריי אזייגער פארטאגס ווען אלע באסעס האבן ענדליך דערגרייכט מירון. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א ספעציעלע "ספרינטער" אויטא כדי צו


יום טוב ל"ג בעומר בחצר הקודש תולדות אהרן פאראיבער בהתעוררות רב | ברייטע דעקונג
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרוממות הנפש האבן חסידי תולדות אהרן מיטגעהאלטן דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס איז כבשנים קדמוניות פון די גרעסטע זמנים אין יאר אינעם הויף. מאנטאג נאכט נאך מעריב און ספירת העומר איז דער רבי ארויסגעקומען אויפן גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד הגדול, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע סטעידזש פארן רבי'ן, און מאסן אידן האבן זיך צונויפגעזאמלט פון איבעראל צו מיטהאלטן די


ווידיאו • האד' מתולדות אהרן ביים הדלקה אויפן דאך פונעם ציון הק' אין מירון למחרת ל"ג בעומר
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


שמחת האירוסין אין הויפן פון תולדות אהרן - מעליץ - נחלת אהרן - סערדאהעלי
זונטאג פ' בהר בחוקתי • ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער: JDN פארלאפענעם וואך איז בשעה טובה ומוצלחת געשלאסן געווארן די שיינע רבישע שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ רבי משה קאהן אבד"ק תולדות אהרן טבריה איידעם פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א מיט די חתן א אייניקל פונעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א ורב חסידי תולדות אהרן, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' אהרן קאהן שליט"א איידעם פון הגה"צ אבד"ק


משנים קדמוניות: מעמד ההדלקה דורך האד' מתולדות אהרן ל"ג בעומר תש"ע אין מירון
מוצאי שבת אמור - ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page
