יערליכע מעמד התעוררות אין שפיץ פון האד' מתולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון מיט נגידי ותומכי המוסדות
דאנערשטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן
הונדערטער תולדות אהרן חסידים האבן דעם מאנטאג מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון וואס איז פארגעקומען אלס אן הכנה דרבה צו די הייליגע טעג, בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אויסצובעטן ישועות ורפואות און א כתיבה וחתימה טובה לנו ולכל ישראל.
די יערליכע נסיעה קיין מירון איז געאייגענט פאר די תומכי תורה די בעלי בתים פון די קהילה, וועלכע נעמען זיך אונטער סכומים הגונים צו שטיצן די מוסדות הקדושים "תולדות אהרן" על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, ספעציעל אין יערליכע מגבית וואס ווערט אפגעהאלטן אינעם חודש הרחמים והסליחות.
באסעס זענען ארויסגעפארן פון אלע שטעט, אריינגערעכנט ירושלים, בית שמש, טבריה און חריש. נאכמיטאג איז מען אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, באלד ביים אריינגאנג קיין מירון איז געווען צוגעשטעלט מיני טעימה ביד רחבה אין א ספעציעל דעזיגנירטע מתחם וואס איז ספעציעל צוגעגרייט געווארן לכבודם פון די תומכי ומחזיקי תורה. דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויף אויפן דאך פונעם ציון הרשב"י, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה דער רבי שליט''א וואו מען האט אנגעהויבן די מזמורי תהילים, וואס איז באשטמט געווארן דורכ'ן רבי'ן צוועלף מאל למנצח יענך, און די קאפיטלעך כ"ג און כ"ד וואס זענען מסוגל אויף פרנסה, וועלכע זענען פארגעזאגט געווארן מיט גרויס התעוררות. באזונדער האט מען מוסיף געווען עטליכע מזמורי תהילים לרפאותם פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א מגדולי תומכי המוסדות. דאן האט מען געדאוונט תפילת מנחה ברוב עם און נאכ'ן ענדיגן די סדר התפילה, איז די רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען עטליכע חאלאקעס.
דאן איז דער גאנצער ציבור אריבער צום צענטראלן מעמד אויפן שטח פון תולדות אהרן על גג הציון, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעיציעלע בימת הכבוד. מען האט א לענגערע צייט געזינגען ווארימע ימים נוראים ניגונים, צווישן זיי עטליכע ניגונים וועלכע זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן רבי'ן אליין לקראת די ימים הנוראים אין לויף פון די יארן. אינצווישן די ניגונים איז געהערט געווארן א דרשה נפלאה דורך דעם נואם בחסד עליון הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א משפיע אין ק"ק תולדות אהרן.
דאן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט ווען די רבי האט מעלה געווען השלהבת און אנגעצינדן די נר תמיד וואס ברענט אינעם הייליגן מערה, בעת ווען די ציבור האט אויסגעבראכן אין א פייערליכן געזאנג 'לכבוד התנא' און שפעטער די ניגוני מירון "בר יוחאי" און "אמר רבי עקיבא".
א שטילקייט האט געהערשט אינעם גאנצן ארום, ווען דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און האט ארומגערעדט מיט דברי הכנה לימים הנוראים הממשמשים ובאים, און דברי הדרכה בגודל מעלת הצדקה און האט דערויף ווארעם אנגעוואונטשן אלע תומכי המוסדות, אז מ'זאל פועל'ן אלעס גוט'ס בזכות התנא האלוקי, און יעדער זאל אהיים נעמען השפעות טובות און פארשריבן ווערן בספרן של צדיקים לאלתר לחיים ולשלום.
דערנאך זענען די הונדערטער חסידים אדורך בפני הקודש, ווען יעדער האט באקומען פונעם רבי'ן שליט"א, אן עפל און א "י"ב חלה" משיירי שבת, פונעם רבינס שולחן הטהור, וואס איז מקובל פונעם אריז"ל דער גרויסער ענין צו מעטר זיין דעם שבת טיש מיט י"ב חלות, און איז א סגולה נפלאה לפרנסה טובה ומרובה.
מיט גאר געהויבענע געמיטער האט זיך דער ציבור צוריק געקערט אהיים, האפנטליך, אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוט'ס און א גוט געבענטשט יאר.









































































תגובות