נועם ישראל: סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל
פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי
דעם מאנטאג נאכט, ליל ט"ז מרחשון, איז אין חצר הקודש קרעטשניף – קרית גת אפגעצייכנט געווארן די זיבעטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל "נועם ישראל" מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, ביים געהויבענעם מעמד סעודת הילולא און סיום הש"ס, אין שפיץ פון בנו וממלא מקומו, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א.
בליל ההילולא האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור, סעודת ההילולא און סיום הש"ס, אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון "רמות דוד" – קרעטשניף אין קרית גת, אין שפיץ פון פילע חסידים און תלמידים.
בשעתן שולחן הטהור האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, וואו ער האט דערמאנט זכרונות און געהויבענע שטריכן פון זיין גרויסן פאטער, דער בעל ההילולא. דערנאך האט דער רבי שליט"א מסיים געווען ש"ס, וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים במשך דעם פארלאפענעם יאר, און דערביי משמיע געווען דברות קודש מענינא דיומא, איבער דעם לעצטן מאמר אין גמרא וואס איז געלערנט געווארן ביים סיום. נאכן סיום האט דער רבי געזאגט דעם "הדרן" און קדיש.
ביים שולחן הטהור האבן אויך מיטגעהאלטן די קינדער און איידעמער פונעם בעל ההילולא, רבני העיר, עסקנים, אישי ציבור, און א גרויסער ציבור תושבי העיר און געסט פון מחוץ לעיר.

















































תגובות