קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש
האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים אנוואונטשן א יתום מיט א פאטערליכע ליבשאפט ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פון הרה"צ רבי שמואל אליהו אהרן לאנדא ז"ל, בן האדמו"ר מדראהביטש זצ"ל, און איידעם ביי הרה"ג רבי דב בעריש אייכלער שליט"א, ראש ישיבת משנת אליעזר.

האדמו"ר ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם, פארברענגט מיט ידידו ורעו הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א ממשפיעי ברסלב ביי א שמחה די וואך.
האדמו"ר מלעלוב טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונה די וואך פון החתן זון פון הרה"ח ר' שמחה מארקאוויטש הי"ו מחשובי חסידי לעלוב.
נייע הערליכע ספר יעלוז שדי, ערשינען דורך דער בארימטער קול מבשר אינטערוויוער הרב יצחק שלמה דרעזנער צו די שמחת החתונה פון זיין טאכטער. די ספר נעמט צוזאם די חידושי תורה וואס ר' יצחק האט געשריבן אין די נ' יארן אלס בחור אין ישיבה.

דער פרישער מצבה על קברו פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי.

ביתו נאוה קודש פון האדמו''ר מבאיאן אין ירושלים באהאנגען מיט טאוולעך לקראת די בחירות אין ארץ ישראל.

האדמו"ר מנדבורנא באטראכט א היסטארישער בעכער פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס איז געברענגט געווארן צו די חופה פון אן אייניקל ביים רבי'ן, דורך איינע פון די חסידים.

האדמו"ר מוויזניץ ירושלים אין א שמועס מיט הרב בנציון באדנער הי"ו מקורב לגדולי ישראל ביי א חופה די וואך.

אין די טעג איידער די קריטישע וואלן אין ראקלענד קאונטי איז האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ארויסגעקומען מיט א היסטארישע רוף "וויל איך נאר בעטן מ'זאל עס אויספירן, מ'זאל ארויסגיין וועלן, מען זאל אויספאלגן פאר וועם מ‘דארף וואוטן".

הרה"צ רבי אהרן שמואל מייזליש שליט"א מאיהעל ירושלים בנאות דשא אין טעמפא פלארידא וואו ער האלט מיט די גייסטרייכע שבת חברותא בצלו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

א בא'חנ'טע בילד פון האדמו"ר מסקולען מאנסי, ביים טאנצן דעם רבי'ן ר' אלימלך'ס טאנץ ביי א משפחה שמחה די וואך.

האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים אויף א באזוך די וואך אין שטוב פונעם פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' ראובן שאראן הי"ו אין פלעטבוש.

האדמו"ר מוויזניץ איז מנחם אבל ביים המקובל הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א נאך די פטירה פון זיין ברודער רבי מרדכי גלאי ז"ל שו"ב.

ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, רופט ארויס יעדן ערליכן איד און ירא שמים ארויסצוגיין וועלן, און טוט אנווארענען די וואס האלטן זיך אפ פון גייען וועלן.
האד' מטשערנאביל בענטשט אויפן בעכער פון זקינו הרה"ק בעל מאור עינים זי"ע ביים סעודת הילולא פאריגע וואך.

האדמו"ר מסאטמאר ביי הדלקת נרות שבת אין בית מדרש הגדול סאטמאר, היות די רעבעצין תליט"א האט געוויילט שבת אין בארא פארק לרגל א משפחה שמחה.

א מערקווירדיגער געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין וויזניצער ביהמ"ד אויף 51'סטע סטריט אין בארא פארק, ווען הרה"ח ר' זעליג קארניצער הי"ו משב"ק ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש, איז געראטעוועט געווארן, נאכדעם וואס זיין סעלפאון האט אויפגעריסן און פארשפרייט א גרויסן רויך. ר' זעליג האט זיך אונטערגענומען נישט צו האבן דעם טעלעפאן ביי זיך בשעת'ן דאווענען און לערנען, לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, און צוליב דעם איז דער טעלעפאן נישט געווען אויף אים ווען דער אינצידענט האט פאסירט.
המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב טיילט מיט די סיפור נפלא מיט ר' זעליג'ס טעלעפאן מחזק צו זיין דעם ענין פון מורא מקדש און כבוד ביהמ"ד.
גיגאנטישער טענט אויפגעשטעלט פארנט פון די סאוט ברוקלין העלט שפיטאל דורך די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטעל.

צווישן די טויזנטער אידן וועלכע האבן פוקד געווען דעם ציון פון רחל אמנו ע"ה אין די טעג ארום די יארצייט, מערקט "קרישקעס" הרב ישראל מנחם נחום רוקח, אייניקל פון האדמו"ר מבעלזא.

האדמו"ר מבעלזא ווערט געצייגט דער אינטערוויו ארטיקל פון נפתלי מאסטער, ערשינען אינעם מאמענט פסח אויסגאבע, אין וועלכן ער האט חוזר בתשובה געווען פון זיינע מעשים צו באקעמפן דער חינוך אין ניו יארק.

רעפובליקאנער ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאנדידאט ברוס בלעיקמאן באזוכט ביי האדמו"ר ממונקאטש, מקבל צו זיין ברכת קדשו צו די פארשטייענדע וואלן.

הרה"צ הישיש ר' לייבל סטעמפל שליט"א, נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונה פון אן אייניקל מיט פרישע כוחות לאורך ימים ושנים טובות.
הרב חיים שלמה פישער הי"ו, משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, שרייבט אריין אן אות אין דעם ספר תורה וואס האדמו"ר מגארליץ גיבט אריין דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות צום שטאט טשענגער אין אונגארן, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע.

האדמו"ר רבי יאשיהו פינטאו שליט"א, גאב"ד מאראקא, אין א לעבעדיגע געשפרעך מיט א הויכראנגיגע פאליטישע פיגור דורכ'ן טעלעפאן פון מקורבו העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין הי"ו.

הרה"ג רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א ר"מ ומנהל רוחני ישיבה גדולה סאטמאר אין וויליאמסבורג אין א שמועס מיט'ן זיין קרוב באקאנטער בעל מנגן ר' יואל קליין הי"ו, ביי די חתונה פון זיין אייניקל דעם דאנערשטאג אין בית שמש.

האדמו"ר מניקלשבורג אין א ריקוד נלהב מיט האחים האדמור"ים מקרעטשניף סיגעט ביי די חתונה פאריגע וואך בחצרות ניקלשבורג - קרעטשניף סיגעט.
ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ווערט אנגעפרעגט דורך דעם חרדישן דזשורנאליסט שלמה קוק וויאזוי זיין פאטער האט זוכה געווען צו אזא קינד ווי דער ראש הישיבה, וואס האט די זכיה צו באלייכטן די וועלט מיט זיין כח התורה.
הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א, זון פון האדמו"ר מגור, פארברענגט מיט א קבוצה חסידים אלמנים, ביי א גייסטרייכן שבת התחזקות אין בולגאריע, צוגעשטעלט דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע הבן יקיר בראשותו.

די גאסן אין בני ברק ערב שבת בחירות, אנגעלייגט מיט פאשקעווילן און קול קורא'ס, בעד און קעגן די בחירות.

חסידי מעזיבוזש, וועלכע האבן דעם י"א חשון נישט עספיעט אנצוקומען צום קבר רחל אין בית לחם, האבן אין דעם טאג מתפלל געווען ביים ציון פון הרבנית ממעזיבוזש מרת רחל ראזענבוים ע"ה, במקום מנוחתה אין בני ברק.

די וואך מוצאי שבת וועט הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ערשיינען אין די מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי, וואו דער רב וועט פארטיילט מזונות וואס האדמו"ר מפשעווארסק האט ספעציעל געשיקט מיט אים פאר די בחורי חמד, נאכן וויילן פאריגן שבת במחיצתו אין אנטווערפען.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט ביי האדמו"ר מבעלזא, מקבל צו זיין ברכת קדשו לקראת די חתונה פון א קינד וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט.

דער ניי-ערוועלטער חבר הכנסת מטעם קהל מחזיקי הדת בעלזא, הרב אליקים שטארק ביים איבערגעבן אן אינטערוויו פאר די ׳קול בעלזא׳ ליניע איידער די וואלן די וואך.

שלוחא דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, זיך דורכצורעדן בעניני השעה, נאכפאלגנדיג די וואלן אין ארץ ישראל.

האדמו"ר מגור רעגריסטריט זיך מיטן ID קארטל איידערן אפגעבן זיין שטימע ביי די וואלן די וואך, אין די רחביה געגענט אין ירושלים.

דער רבי שליט"א ביים פארלאזן די שטים בודקע נאכן וועלן.
דעם דינסטאג אין טאג פון די בחירות האט האדמו"ר מסערט וויזניץ באזוכט אינעם כולל אין רמת וויזניץ חיפה, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלער סדר לימוד פון צען שעה רצופות ביי וועלכן די יונגעלייט האבן געהארעוועט על התורה ועל העבודה, אן זיך פארנעמען מיט די וואלן און די תוצאות, ווען פאר יעדן אינגערמאן איז פארטיילט געווארן א מתן שכרה בצדה פון 500 שקלים.

משמח אלוקים ואנשים הרב יואל לעבאוויטש שליט"א ביים אויפרופן אביו האדמו"ר מניקלשבורג צו די מצוות ריקודין, ביי די חתונה פון אן אייניקל פאריגע וואך אין מאנסי.
האדמו"ר מסטיטשין אין א ריקוד מיט מקורבו הנגיד ר' חיים יהושע אסט הי"ו ביי די חתונה די וואך פון א אייניקל אין לאנדאן, קומענדיג ספעציעל צופארן צו די שמחה.
דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א איז מתפלל על ציונו פון זיין פאטער הגאון חכם עובדי' יוסף זצ"ל אין טאג פון די בחירות דעם דינסטאג.
האד' מסאטמאר אין א שמועס מיטן משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א, איידער די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל די וואך.

פארגאנגענעם מוצאי שבת האט האדמו"ר מתולדות אהרן צוגעשטעלט א מסיבת שבע ברכות בביתו נאוה קודש, לרגל השמחה במעונם פון די צוויי חשוב'ע מחותנים, העסקן הרב יעקב אליעזר שישא הי"ו, יושב ראש ארגון טוב וחסד און בנינו, מגדולי תומכי המוסדות, און הרב יוסף קדיש קרישבסקי, מנכ"ל מוסדות תולדות אהרן.
ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ביים אנוואונטשן דעם חרדי'שן זשורנאליסט און איש המעש ר' אריה ערליך הי"ו פון די משפחה מאגאזין, ווען דער ראש ישיבה האט אים מחזק געווען אין זיינע פעולות חובקות לטובת הכלל.
קורצע איבערבליק פונעם באזוך דורך האדמו"ר מפיטסבורג אין די טאמס ריווער געגנט אין לעיקוואוד, וואו דער רבי האט געוויילט איבער שבת לטובת מוסדותיו.
דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש איצי מ. ערהאלט קנאבל לשמירה ולסגולה פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט, ביי די מלוה מלכה און סעודת הודאה דעם מוצאי שבת אין מאנסי.

האדמו"ר מסאדיגורא ביים שענקען דרשה געשאנק במאור פניו פאר'ן בר מצוה בחור, אן אייניקל פונעם פעטער הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א אבד"ק סאדיגורא תל אביב.

דער מיטאלאגישער בעל מנגן ר' אביש בראדט הי"ו, ביים פארזינגען דעם נוסח ימים הנוראים פון "המלך", לבקשתו פון האדמו"ר מפיטסבורג, ביי די מלוה מלכה פארלאפענעם מוצאי שבת אין די טאמס ריווער געגנט, לטובת מוסדות פיטסבורג.
נייע בוך "זכותו יגן עלינו" ערשינען לזכרו פון האדמו"ר מביאלא אוסטראווא זצ"ל, שטייענדיג געציילטע חדשים נאך דעם רבי'נס פריצייטיגער פטירה.

המשפיע הגה"צ רבי יחיאל יהושע שיינפעלד שליט"א איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון אדמור"י בית ליובאוויטש אין קווינס, זייענדיג צוגאסט די טעג אין ניו יארק.

דעם דינסטאג, ביום הבחירות אין ארץ ישראל, איז האדמו"ר מערלוי אנגעקומען אויף א תפילה ביים ציון הקדוש פון אביו, כ"ק אדמו"ר מערלוי זצ"ל, אויפ'ן הר המנוחות, מתפלל צו זיין להצלחת המערכה אין די קריטישע וואלן.

רעפובליקאנער ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאנדידאט ברוס בלעיקמאן באזוכט ביי האדמו"ר מקראלי, מקבל צו זיין ברכת קדשו צו די פארשטייענדע וואלן.

שיין בילד פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג, שוועבנדיג טפחיים על גבי קרקע, ביי די שמחת החתונה די וואך בחצרות ניקלשבורג - קרעטשניף סיגעט.

האדמו"ר מצאנז קוקט זיך אום בשעת די לימודים בהיכל המתיבתא אין קרית צאנז, לרגל התחלת הזמן, שעפנדיג גרויס קורת רוח פון דעם קול תורה וואס האט אפגעהילכט.

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ווערט אנגעפרעגט צי ראשי ישיבות און מרביצי תורה פון אויסלאנד זאלן קומען צו פארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל, אפצוגעבן זייער שטימע ביי די וואלן, כאטש ס'וועט גורם זיין ביטול תורה.
אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק מערקט קרישקעס הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, ביים עוסק זיין בתורה אינאיינעם מיט זיין זון, בין גברא לגברא צווישן איין מסיבה און דעם אנדערן לטובת ישיבתו הקדושה.

מודעה ארויסגעשטעלט מטעם קהל עדת חסידי באיאן אין לעיקפראנט פלארידע, מיט א מזל טוב וואונטש פאר איינער פון די חבריא לרגל די געבורט פון א יונגעלע למזל טוב.

האדמו"ר מלעלוב אין א ריקוד מיט'ן שוואגער, ראש ישיבת תולדות אהרן, ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך.

האדמו"ר מספינקא אין א ריקוד מיט'ן ספר תורה וואס איז נתנדב געווארן דורך מחותנו הנגיד ר' מענדל רייך הי"ו, ביים שבת שבע ברכות פון זיין טאכטער, וואו די כלה איז א טאכטער פונעם נדיב און דער חתן אן אייניקל ביים ספינקא רבי'ן. די שמחה איז אפגעראכטן געווארן ביים וואסער-ברעג אין קראאטיע.
הרב מיכל פירער הי"ו, משב"ק האדמו"ר מבעלזא, איז מקיים דעם "ועשית ככל אשר יורוך", ביים אפגעבן זיין שטימע ביי די וואלן די וואך.

דער חסידישער ארטיסט ר' מוטה ברים גיבט אפ זיין שטימע ביי די וואלן, האלטנדיג א הערליך בילד פון רבו, האדמו"ר מבאיאן, וואס ער האט אליין געמאלן.

האדמו"ר מנדבורנא איז זיך משתשע מיט זיינע אייניקלעך ביי א משפחה שמחה די וואך.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, באזוכט ביי האדמו"ר ממודזיץ בשעת די שמחת החתונה פון אן אייניקל, בעת דער רבי האט זיך אפגערוט בחדרו הפרטי אינעם זאל.

די קינדער פון קראסנא ת"ת שפילן אפ די פרשה פון לך לך – ווי אברהם אבינו קומט אן קיין מצרים מיט שרה אמנו באהאלטן אין א קאסטן, און די גרעניץ וועכטער מיט פאליציי-היטלעך, האלטן אים אפ ביים גרעניץ און ווילן עפענען דעם קאסטן.

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באגריסט זיך פריינטליך מיט הגה"צ רבי אריה ראזנפעלד שליט"א דומ"ץ סאטמאר קרית יואל וחבר בד"ץ דקהל יטב לב ביי א שמחה אין שטאט.

ספעציעלע געשאנקען ביי א מסיבה לטובת דעם הכנסת אורחים בביתו של הרה"ק מופת הדור רבי ישעי'ל'ע קערעסטירער זי"ע, א קריסטאל מאדעל פון בית מדרשו של רבי, וואס ווערט יעצט צוריק איבערגעבויט, מיט א שטיין פונעם יסוד צדיק אינעווייניג; א שיינער אויסשטעל-שטיק מיט אן "אבן קודש" פונעם אויבן בביתו נאוה קודש, צו האלטן א שטיין פון רבי ישעי'לע אינדערהיים.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן אין א ריקוד של שמחה מיט הרה"צ הישיש ר' לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן, נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך.
א ברכת מזל טוב פאר החתן הערשי גוטמאן ני"ו, הויז-בחור ביי גאב"ד מאקאווא, לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת.

א ברכת מזל טוב פאר הרב חיים אלישע אייזן שליט"א, משב"ק האדמו"ר מבאבוב 45, לרגל שמחת נישואי בתו למזל טוב.







תגובות