top of page
קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
מיטוואך פרשת חי' שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש האדמו"ר מאלכסנדר בארא פארק ביים לערנען בחברותא מיט בנו הצעיר הרה"צ ר' שמואל צבי דאנציגער שליט"א די לעצטע בלאט אין מסכת יומא בים סיום מסכת יומא וואס איז געלערנט געווארן בצוותא חדא דורך די חברי הקהילה פונעם אלכסנדר שטיבל אין ביתר. האדמו"ר ממבקשי השם ווערט באמערקט אינעם לופטפעלד אונטערוועגנס קיין ניו יארק, מיט ספעציעלע שמירת עיניים גלעזער, נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות. הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אל


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים אנוואונטשן א יתום מיט א פאטערליכע ליבשאפט ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פון הרה"צ רבי שמואל אליהו אהרן לאנדא ז"ל, בן האדמו"ר מדראהביטש זצ"ל, און איידעם ביי הרה"ג רבי דב בעריש אייכלער שליט"א, ראש ישיבת משנת אליעזר. האדמו"ר ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם, פארברענגט מיט ידידו ורעו הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א ממשפיעי ברסלב ביי א שמחה די וואך. האדמו"ר מלעלוב טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונ


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שיין בילד פון האדמו"ר מתולדות אהרן, אנקומענדיג צו די שמחת החתונה פון א זון פון הרבני הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות און ארויסגעבער פון די פאפולערע אנ"ש בלעטל דחסידי תולדות אהרן, באגלייט דורך די קינדער פונעם בעל שמחה ר' מרדכי. האד' מתולדות צבי ספינקא וואונטש אן מזל טוב פאר דעם באקאנטן משמח אלוקים ואנישם, איש המעש ספעציעל פאר שידוכים מוה"ר יונתן שווארץ הי"ו, נאכן שמחת האירוסין פונעם אלעמען באליבטן חתן כמר מאי


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש האדמו"ר מתולדות אהרן ביים דורכפירן די מאסיווע יום טוב חלוקה דורך כולל שומרי החומות לצדקת רמבה"נ, וואו דער רבי האט מיט איין דרוק אויפן קאמפיוטער באשטעטיגט די טראנזאקציעס פון מיליאנען שקלים וואס זענען אריבערגעפירט געווארן צו די טויזנטער באנק קאנטעס פון עניי ארץ הקודש. אלעמען באקאנטער ר' אפרים פעדער מיט א לעבעדיגע דעקונג פונעם ׳חברותא טומלט׳ צום נייעם זמן אין די לעיקוואודער ישיבה בית מדרש גבוה. הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א איז זיך משתת


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש האדמו"ר מלעלוב מערקט "קרישקעס" אין א שמועס מיט נכדו חביבו הבה"ח אלתר אלעזר מנחם בידערמאן ני"ו בשעתן דאווענען דעם הושענא רבה אין לעלובער ביהמ"ד אין בארא פארק. דער אמבאסאדאר פונעם אייראפעאישן פאראיין קיין מדינת ישראל, מייקל מאן, באטייליגט זיך ביים שמחת בית השואבה בחצר הקודש סאדיגורא, דעם חול המועד סוכות. אדמו"ר מתולדות יהודה ביים ווארפל עפל כמנההג הצדיקים דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה. אמעריקאנער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל, מייק ה


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה אין א פייערדיגן טאנץ דעם מוצאי יום הקדוש אין איינע פון די ישיבות בראשותו, זינגענדיג ניגוני אומאן זייענדיג נאך אונטערן איינדרוק נאכן פראווענען יום טוב ראש השנה ביים קיבוץ אין אומאן. כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באטראכט מיט התרגשות א תימנ'ער אתרוג וואס די חסידים אין ארץ ישראל האבן געשאנקען פאר'ן רבי'ן איידער'ן פארלאזן ארצינו הקדושה נאך זיין לענגערע באזוך בקרב


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מסאדיגורא אויף א באזוך די וואך ביים פעטער מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר. האדמור"ים מסאטמאר אין באבוב אין א שמועס נאכן די זיצונג אינעם רוזעוועלט צימער אינעם ווייסן הויז, איידער די היסטארישע אויפנאמע ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה. לאנגע ליניע שלענגלט זיך ביז צום גאס בביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל, וואו הונדערטער ווארטן, ווי יעדע נאכט אין די ימי הרחמים והרצון, אריינצוגיין


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פרעזידענט טראמפ צייגט פאר די רבנים א קארטל מיט א בילד פון יעדן פון די רביים, מיט א קלארן חשבון וויפיל חסידים פון יעדן קהילה האבן פאר אים געשטימט אין די פארלאפענע וואלן. ביים באזוך היינט דורך הגאון ר' דניאל חיים אלתר שליט"א, ראש ישיבה קטנה פני מנחם, ביי האדמו"ר מפשעווארסק אין אנטווערפן, האט דער רבי געהייסן איבערגעבן א ווארימע פריסת שלום פאר זיין ברודער ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א. באקאנטער עוסק בצרכי ציבור הרה"ח


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ווערט באמערקט אין א טאנץ מיט הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים ביי די חתונה בבית משפחתו מיט אן אייניקל פונעם איש החסד הרה"ח ר' אפרים שטערן שליט"א מראשי ק"ק סאטמאר אין ירושלים. רבני עיר לאנדאן מיט א שארפע בריוו נאך וואס א גרויסער צאל מיידלעך זענען נישט אנגענומען געווארן אין די סעמינארן אין שטאט, מיט אן איסור צו עפענען סיי וועלכע סעמינאר צום נייע לערן יאר ביז אלע מיידלעך ווע


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מספינקא אנטווערפן ביי תקיעת שופר דעם ראש חודש אלול אין בארנמעט, ענגלאנד, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה. האדמו"ר מליסקא באטראכט די מודעות און פלאקאטן שפאצירנדיג אויף די בארא פארקער גאסן כאחד האדם. האדמו"ר מקרעטשניף מערקט "קרישקעס" ביים עולה זיין לתורה אינעם בית חב"ד אין ניו דזשערסי דעם דאנערשטאג ראש חודש אלול, נאך דער קבורה פון חתנו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל אויפן בית החיים אין ניו דזשערסי.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש הרב יהודה גאראמי שליט"א, דער הויפט רב פון איראן, איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא, נאכ'ן באזוכן ביי האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל. די טויערן פון ישיבת עטרת שלמה ווערן געעפענט היינטיג ן ראש חודש אלול, און הונדערטער בחורים שטורמען אריין אריין צו כאפן א גוטן זיץ פארן נייעם זמן. די פרישע קבר פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל נאכן סתימת הגולל אויפן ספינקא חלקה אין ניו דזשערזי.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש הרבני הנגיד הרב שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא אויף א באזוך ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, לרגל די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל. צווישן די טויזנטער מתפללים ביים ציון הק' פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע, מערקט "קרישקעס" הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט זיך געפינען די וואך צוגאסט אין ארץ ישראל. די שיירא פון האדמו"ר מבעלזא ביים אנקומען במרומי הר המנוחות צום ציון הקדוש פונעם פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע בליל ההילולא קדישא.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די י"ב חלות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל צום פארקויפן ביים גרויסן סקולענער סעודת הודאה דעם מוצאי שבת אין די המספיק רעזארט. די חלות זענען פרעזערווירט אין א ספעציעלן גלאז כדי זיי צו האלטן אין א גוטן צושטאנד. שיין בילד פון האדמו"רים מתולדות אברהם יצחק און וויזניץ לאנדאן ביי תפילת שחרית איינע פון די טעג אין מקום הנופש אין הר יונה. האדמו"ר מפינסק קרלין באגלייט ארויס זיין חברותא, דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, נא


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
פרייטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די היסטארישע חלה דעקל פון הרה"ק בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע, וואס איז געשיקט געווארן דורך די חסידים אין ארץ ישראל און איז שפעטער אריבער בירושה צו זיין אייניקל, דער הייליגער שפת אמת זי"ע, ולאחריו צו זיין זון, דער אמרי אמת זי"ע, ווערט איבערגעגעבן פאר די וועד פונעם היסטארישן היכלות פארשטעלונג דורך הרה"צ ר' איטשע דוד אלתר שליט"א, זון פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע. הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם, איז מתפלל


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מעיין אין דעם קונטרס "איש על העדה", וואס איז ערשינען לכבוד הילולא קדישא פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, אהיימפארנדיג פון דער יארצייט סעודה היינטיגן ליל שישי. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן) ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים בענטשן דעם קליינעם יתומ'ל, זון פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, וואס איז טראגיש אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אין קעשינוב, מאלדאווע, נאכן מנח


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מסקולען לעיקוואד ווערט געזעהן ביים ליינען קריאת שמע ביים שמחת הוואך נאכט פון א אייניקל ביי הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פון לעיקוואד מגדולי תומכי המוסדות. דער משגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א ביים אנוואונטשן דער בר מצוה בחור א זון פון הרה"ח ר' משה יוסף צימעט משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן. היכי דמי קידוש ה': האדמו"ר מזוועהיל פון אמעריקא ווערט געזעהן אין א פריינטליכע שמועס מיט א פרייע איד אינעם JFK לופטפעלד ווארטנ


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מאלכסנדר ווערט געזען אין ביהמ"ד שומרי שבת אין בארא פארק ביי איינע פון די מניני מעריב כאחד מן השורה. צוליב די שווערע היצן אין שטאט אנטווערפן, איז דעם שבת אפגערופן געווארן דער וועכנטליכער פרקי אבות שיעור דורכן מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א. איבערבליק פונעם גייסטרייכן שבת אין אטוואצק, פוילן, מיוחד פאר א גרעסערע קבוצה חסידי גור, תומכי איחוד מוסדות גור. אן אינטערעסאנטע שאלה איז אנגעקומען צום דיין הגאון רבי דוד ברי


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הרבני הנגיד ר' מיכל ראזנבערג הי"ו ראה"ק צאנז ביים דורכגיין באקומען כוס של ברכה פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג נאכן סעודת הילולא פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע די וואך. הונדערטער אידן שלענגעלן זיך אויף די גאלעריען פונעם פראכטפולן היכל ביהמ"ד אור החיים ריבניץ, וואו דער בונה ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א פארטיילט יעדן פרייטאג שווערע געלטער פאר צדקה, ווען אינעם היכל זעהט זיך אן פילצאליגע בני תורה


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שרי הצדקות: געשפרעך צווישן הרה"צ רבי בערש רובין שליט"א מדאמבראווא מנהל כולל חיבת ירושלים, און העסקן הרב שלמה מאיער הי"ו מנהל כולל שומרי החומות ביי א שמחה די וואך. טויזנטער ליובאוויטשער חסידים באלאגערן דעם ציון הק' אין קווינס ביומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל ג' תמוז. האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיטן געטרייען משב"ק הרב מענדל מאיר שווארטץ ביי די חתונה די וואך פון זיין יונגסטן קינד למזל טוב. האדמו"ר מבישטינא


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מסטראפקוב באטייליגט זיך ביי שלש סעודות די וואך בצל האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין ירושלים. האדמו"ר מלעלוב בר אילן איז מכבד די קינדערליך צו שמעקן די הבדלה ליכט כמנהג ישראל תורה, נאך הבדלה דעם מוצאי שבת אין בארא פארק. האדמו"ר מפאפא אין א שמועס מיט אחיו הגה"צ רבי אהרן גרינוואלד דומ"ץ פאפא ביים כשרן די מקוואות אין מחנה קהילת יעקב פאפא אין סוואן לעיק. די שוואגערס הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א


bottom of page

