קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש
האדמו"ר מתולדות אהרן ביים דורכפירן די מאסיווע יום טוב חלוקה דורך כולל שומרי החומות לצדקת רמבה"נ, וואו דער רבי האט מיט איין דרוק אויפן קאמפיוטער באשטעטיגט די טראנזאקציעס פון מיליאנען שקלים וואס זענען אריבערגעפירט געווארן צו די טויזנטער באנק קאנטעס פון עניי ארץ הקודש.
אלעמען באקאנטער ר' אפרים פעדער מיט א לעבעדיגע דעקונג פונעם ׳חברותא טומלט׳ צום נייעם זמן אין די לעיקוואודער ישיבה בית מדרש גבוה.
הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פון נאמן ביתו הרב יהושע וואלף גרינפעלד, מראשי עסקני בצל תומר בחצר הקודש סאטמאר.

דער ראשון לציון, הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, נשיא מועצת חכמי התורה און דער פירער פון די ש"ס פארטיי, אטאקירט חבר הכנסת בן גביר צוליב זיין ארויפגיין אויפ'ן הר הבית.
האדמו"ר מסאטמאר באגריסט העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער ארויסקומענדיג פונעם ביקור חג ביי הנגיד החסיד ר' יצחק ראבינאוויטש הי"ו דעם חול המועד סוכות.

האדמו"ר מסטיטשין באזוכט אין די אפיסעס פון כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין ירושלים, וואו דער רבי האט באטראכט די היסטארישע כתבי ידות פון די צדיקי הדורות, און איז נתכבד געווארן אריינצושרייבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן ביכל, דערביי האט דער רבי געשאנקן א סכום הגון לטובת די הייליגע צדקה.
זיסע בילד נאכן יארצייט סעודה לע"נ הרה"ק מריבניץ זצוק"ל אין מרכז התורה והתפילה 'אור החיים' וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פארן ציבור אנצוטון דעם הייליגן הוט פונעם בעל הילולא; מערקט הרה"ח הישיש ר' חיים יחזקאל שטיין שליט"א אנטון דעם הוט. מערקט אויך דעם הייליגן בעכער פונעם בעל ההילולא פון וואס מ'האט אנגעגאסן כוס של ברכה פאר אלע משתתפים.

המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א איז עוסק בתורה, בלאט נאך בלאט, זיצנדיג ביים שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי, וואו ער פארברענגט רוב שעות פונעם טאג.
ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, אין א פייערליכן ריקוד מיט ידידו ורעו הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א, ראש ישיבת זוועהיל, ביי די חתונה פון אן אייניקל.
דער פאר הדור, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ביים מנחם אבל זיין די קינדער פון דער באקאנטער ברסלב'ער עסקן רבי דוקי גרינוואלד ע"ה, ווי ער דריקט זיך אויס מיט התפעלות אויף א בילד פונעם נפטר ז"ל.
שיין בילד פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביים אסיפת הורים פארגאנגענעם וואך צום פתיחת שנת הלימודים תשפ"ז אינעם קארידאר פון ת"ת סאטמאר בנין פערלמוטטער וואו ער האט אנטייל גענומען כאחד מן השורה.

הערליך בילד פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים עוסק זיין בתורה וויילנדיג אויף דאטשע ביים וואסער ברעג אין נתני'.

האדמו"ר מסאטמאר אין א טאנץ מיט הרבני החסיד רבי אליעזר קעסטענבוים שליט"א, רב ונשיא כוללי דמשק אליעזר ביים מעמד "מקדש השבת" דורך חבורת זכרו הלכה, אלס הכרת הטוב פאר די אסטראנאמישע סכומים נדבת לבבו הטוב וואס ער האט געשאנקען פאר חבורת זכרו הלכה זינט איר התייסדות.

שילד ביים הויפט אריינגאנג צום נייעם ישוב אין לעיקפראנט מיטן בילד פונעם צדיק רבי ישעי'לע פון קערעסטיר זי"ע וואס צורת קדשו איז אנגעבליך מסוגל פאר שמירה והצלחה.

האדמו"ר מוויזניץ אין א ריקוד מיט'ן הויז בחור החתן דוד ווייס ני"ו, וועלכער האט געטריי באדינט דעם רבי'ן די לעצטע עטליכע יאר בנאמנות, איידער'ן אהיימפארן קיין אמעריקע צו זיין חתונה וואס קומט פאר דעם חודש חשון, בשעה טובה ומוצלחת.

דער נייער קאמפיין ניגון פון יהדות התורה - ג' ווערט פארעפנטליכט, געזונגען דורך די מלכות קאפעליע, אינאיינעם מיט די בעלי מנגנים ר' שמואלי אונגאר און ר' נפתלי קמפה.
הגה"צ רבי שלום לאנדא שליט"א, ראש ישיבת עמודי דגרסא ריבניץ, טיילט מיט א וואונדערליכע געשיכטע איבער די גוטהארציגקייט און מידת הצדקה פון זיין ברודער, הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, ביי איינע פון זיינע פאפולערע שיעורים אויף די ענגלישע שפראך.
המוקבל הגה"צ רבי אברהם אביש צענווירטה שליט"א ביים אנצינדן אן הדלקה ביים הילולא פון התנא שמעון הצדיק משיירי אנשי כנסת הגדולה פארגאנגענעם ליל שישי ערב ר"ח חשון, וואו טויזנטער אידן פארזאמלן זיך יאר יערליך לכבוד ההילולא און פראווענען חאלאקעס און ריקודין כנהוג.

אין בעפארברייטונג צום אויפבוי פון די נייע היכל השולחנות והיכל התורה אין שיכון סקווירא, האט מען צענומען די גיגאנטישער ארון הקודש אינעם אלטן ביהמ"ד.

די דריי הויז בחורים פון האחים האדמו"רים מקרעטשניף סיגעט, קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג, און קרעטשניף כפר עטה, אין א פריינטליכע שמועס נאכ'ן מיטהאלטן די מלוה מלכה בצל האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט פאריגן מוצאי שבת אין טשעסטער בגלילות קרית יואל.

האדמו"ר מאשלג מערקט "קרישקעס" מעוטר בטלית ותפילין אינעם בית תפילה שעל יד הציון הקדוש פון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין קווינס.

האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק באזוכט ביי האדמו"ר מקאסאן מייסד העיר לינדען מקבל צו זיין ברכת קדשו צום גמר המקח פונעם נייעם ביהמ"ד דחסידי וויזניץ בארא פארק אין שטאט לינדען.

דער רעפובליקאנער גאווערנאר קאנדידאט פאר ניו יארק, ברוס בלעיקמאן, באזוכט אין שטוב פונעם בארימטן סאטמארער ביליאנער ר' יואל לאנדא הי"ו אין וויליאמסבורג, וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע דרינגענדע נושאים וואס שטייען אויפ'ן סדר היום ביים היימישן ציבור.

הנגיד החסיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו מערקט "קרישקעס" בקודש פנימה ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק די וואך.

הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש, וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס האדמו"ר מביאלא אוסטרובא, ווערט באמערקט ביים יארצייט טיש בצל דודו האדמו"ר מביאלא בני ברק, לרגל די הילולא קדישא פונעם זיידן, כ"ק האדמו"ר מביאלא בני ברק זצוק"ל בעל "להבת דוד".

המשפיע הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן, אין א פייערדיגן טאנץ מיט פאקלען ביים שמחת הכנסת ספר תורה לבית מדרשו פון אחיו הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב אין ירושלים.

ביי די חתונה די וואך בחצר הקודש וויזניץ ירושלים אין שטאט בארא פארק, האט קרישקעס אויפגעמערקט א פריינטליכע שמועס צווישן הרב בן ציון שטאנגער, משב"ק האדמו"ר מוויזניץ, און הרבני הנגיד רבי מאיר דוד טאבאק הי"ו פון די נאנטע מקורבים ביי האדמו"ר מוויזניץ (מרכז).

ילדי חן ווערן געזען צינדן ליכט ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זי"ע אין טאג פון דער יארצייט, אסרו חג סוכות, ביים ציון הק' אין מאנסי.

האדמו"ר מצאנז זמיגראד ווערט געזען צינדן ליכט ביים ריבניצער ציון אין מאנסי כאחד האדם צווישן די טויזנטער פוקדי הציון הקדוש.

יערליכע שמחת בית השואבה, צוגעשטעלט דורך די גערער וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "הבן יקיר" בנשיאות הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א, בן האדמו"ר מגור, מיוחד פאר די יתומים חסידי גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל.
הרה"ג ר' אברהם ישראל רובין שליט"א, ראש בד"ץ מהדרין, באזוכט די וואך ביי גאב"ד מאקאווא זיך דורכצורעדן בעניני השעה.

האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת אין א ברודערליכן ריקוד מיט אחיו האדמו"ר מטרעבישאן ביי די בר מצוה פון אן אייניקל דעם חול המועד סוכות.

האדמו"ר מוויזניץ ביים שענקען א סכום הגון פאר הרב אפרים שעכטער, משב"ק האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ לטובת די קאמפיין להשלמת בנין בית המדרש הגדול דזיקוב וויזניץ אין בית שמש.

הרה"ח ר' שמעון גרינוואלד הי"ו, משב"ק אדמור"י בית ראחמיסטריווקא, פארברענגט מיט הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א אין די סוכה פון ראחמיסטריווקא בית המדרש אין מאנסי, נאכן שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות.

האדמו"ר מצאנז זוועהיל ברעכט אויס אין א יאמערליכן וויין בשעת'ן זינגען ניגוני דביקות ביי איינע פון די חול המועד טישן דעם יום טוב סוכות.

ווארעמע מכתב ברכה בכתב ידו פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א לטובת די קאמפיין צו פארענדיגן דעם ביהמ"ד הגדול סטריקוב אין בני ברק בנשיאות שאר בשרו האדמו"ר מסטריקוב.

נאסטאלגישע בילד פון א באזוך דורך האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים מאקאווא רב אין די תש"נ יארן, ווערט באמערקט דער בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט הי"ו דינענדיג אלס הויז בחור ביי רבו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.

המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א פארברענגט מיט הנגידים ר' נחום זלמן רוקח פון לעיקוואד און ר' יואל ישראל זופניק ביי די חתונה פון במעונו די וואך.

האדמו"ר מפיטסבורג קוקט זיך אום אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול סטריקוב אין בני ברק נאכן זיך משתתף זיין ביי א שמחה אין די סטריקובער הויף די וואך.

א אינטערעסאנטער מחזה האט געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון די משתתפים ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק, ווען דער רבי, וועלכער איז באקאנט מיט זיין ליבליכע און הארציגער צוגאנג צו יעדן איד באשר הוא, איז געזען געווארן אויסטון זיינע בגדי אדמו"רות אינמיטן דער חתונה און זיי אנטון פאר זיין קליינעם אייניקל.

דער מייסטער אראנזשירער ר' מאטי רבינוביץ פון 'טיפ הפקות' ביים מקבל פנים זיין הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט''א ראש ישיבת מיר אנגעקומענדיג צו די היסטארישע דרשו נסיעה אין מזרח אייראפע.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביים פארברענען קוויטלעך אויפן ציון הקדוש פונעם זיידן די הייליגער רוזשינער זי"ע אין שטאט סאדיגורא אין טאג פונעם יארצייט ג' חשון.
טויזנטער חסידי פשעווארסק שלענגלען זיך דורך אויף די מערקאטאר גאס אין אנטווערפן צו באקומען א בינטל הושענות פון האדמו"ר מפשעווארסק דעם ליל הושענא רבה.

האדמו"ר מצאנז באטראכט די הערליכע זיכט העכער דעם שטאט נתניה נאכן קובע זיין א מזוזה אין די נייע דירה פון הנגיד החסיד ר' שמואל ראזענבערג הי"ו פון מאנטריאל מגדולי תומכי המוסדות.

האדמו"ר מפאשקאן ביים שולחן הטהור וסעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון זקינו דער הייליגער רוזשינער זי"ע בבית מדרשו אין די גילה געגענט אין ירושלים.
האדמו"ר מאמשינאוו אין א פייערדיגן ריקוד מיט מקורבו החתן משה ערליך ביי זיין חתונה די וואך, "קרישקעס" ווינטשט א הארציגן ברכת מזל טוב מריחוק מקום.
א ברכת מזל טוב פאר הרב החסיד ר' יודל שפיטצער הי"ו מנאמני ביתו פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא לרגל די שידוך-שליסן פון בתו הכלה. אינעם בילד: ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון רבו האדמו"ר מספינקא ביים שמחת הווארט.

הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א, דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן ובעל ויען דוד, ביים פארלאזן די אוטעסוויל טורמע, וואו ער האט באזוכט ביי אסירי ישראל יושבי חושך וצלמות.

הערליכע בשמים האלטערס פארטיילט פאר נגידי ותומכי מוסדות סאסוב וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם שבת מרומם מיט האדמו"ר מסאסוב אין מעזיבוזש אוקריינע.

קורצע איבערבליק פון די ימי המועד אין קהל אר חדש גואטעמאלא.
האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים באזוכט אינעם בית חב"ד אין בוקארעסט, זייענדיג אונטערוועגנס צום הילולא קדישא פונעם זיידן דער הייליגער רוזשינער זי"ע אין שטאט סאדיגורא.

סקווירא בית דין מיט א מעלדונג איבער דעם מעמד מכירה צו פארקויפן דעם אלטן ביהמ"ד געביידע פאר א גוי דאס ארויסצונעמען לחולין בעפארן אנפאנגען דעם פראצעדור צו אראפווארפן דעם אלטן סטרוקטור און אויפבויען אויפ'ן זעלבן פלאץ דעם נייעם ריזיגן היכל השולחנות.

באגריסונג לכבודם פון די נגידים החשובים, תומכי ומחזיקי התורה, וועלכע זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל זיך צו באטייליגן ביי די חתונה די וואך במעונו פון המשפיע הגה"צ ר' יודל דייטש שליט"א.

המשפיע הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת נחלת יעקב, באזוכט ביי האדמו"ר מתולדות אהרן יצחק, וואו דער משפיע האט אויסגעדריקט די הכרת הטוב פאר הנהלת ק"ק תולדות אהרן יצחק, וועלכער האבן בתשואות חן אוועקגעגעבן דעם בית המדרש הגדול פאר די הקפות שניות דורך חבורת נחלת יעקב.

זקן חכמי בני עדות המזרח מרן חכם רבי משה צדקה שליט"א טרעט אויף ביי איינע פון די מעמדי שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות בחצר הקודש תולדות אהרן.

דער מיטאלאגישער משב"ק בבית סאטמאר, הרב החסיד רבי משה פריעדמאן, שילדערט זכרונות בביתו נאוה קודש פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע אויף בעדפארד עוועניו, פאר די אויסלענדישע בחורים וועלכע זענען געקומען וויילן אויף די צווייטע טעג יום טוב בצל הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן באזוכט ביי אחיו הגדול האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אין עיר אבות סאדיגורא אין אוקריינא, וואו ביידע אדמו"רים האבן אפגערייזט לכבוד די הילולא קדישא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע.

גאב"ד מאקאווא אין א שמועס מיט מקורבו בנש"ק הרב יחזקאל אנגלארד, פארברענגענדיג אין די סוכה ביים סעודת ראש חודש חשוון.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן אין א ריקוד מיט מקורבו הנגיד ר' עוזר אבערלענדער מחשובי חסידי וויזניץ לאנדאן, וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט גרויס געטריישאפט בשעת די שווערע דורכגאנג וואס דער רבי איז אריבער אין געזונט.
הרה"צ רבי בנציון נחום מאיר שארף שליט"א אבד"ק סאדיגורא מאנסי, טרעט אויף מיט דברי התעוררות איידער חזרת הש"ץ אינעם מנין שחרית פון שאר בשרו האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים, אינעם דאווען שטוב פונעם נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא אין אוקריינא, בעצם יומא דהילולא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, ביים דערהייבן א חתונה פון איינע פון די תלמידים אין די העכערע ספערן.
שיין בילד פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא ביים ווארפן עפל מוצאי יום טוב שמחת תורה כמנהג הצדיקים.

חסידי בעלזא פון די שטאט אשדוד באדאנקען זיך אין אן עפענטליכער דאנק פאר דעם בארימטן עסקן לטובת הכלל והפרט הנגיד ר' יואל ישראל זופניק הי"ו אין זיין הילפס-ארגאניזאציע "טובה וברכה" פאר'ן צושטעלן א חלוקה אינעם פארגאנגענע ירח האיתנים פאר טויזנטער תושבי .







תגובות