top of page
קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים מקיים זיין די מצוות היום פון משלוח מנות דורך מקורבו הרב יעקב שלמה נויגרעשל הי"ו. אויסצוג פונעם משתה היין ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א דעם יום טוב פורים. כתונת בד קודש: פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זעלטענע ליציטאציע דורך עתיקים, וואו צווישן אנדערע איז ליציטירט געווארן דאס הייליגע העמד וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אנגעטון בשנת תש"כ, מיט די ענגלישע בוכשטאבן פון


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בבית אלוקים נהלך ברג"ש: האדמו"ר מבאבוב ווערט געזען גיין אין ביהמ"ד, זיך שלעפנדיג אין די שווערע שנייען. האדמו"ר מבעלזא איז מעיין אין די סעריע ספרים יסוד החיים וואס אנטהאלט שיחות און הדרכות בדרכי החינוך פון גיסו האדמו"ר מוויזניץ, און איז אין די טעג ערשינען לאור עולם. די צוויי שותפים הנגידים ר' יואל לאנדא און ר' דוד געפנער בקודש פנימה ביי האדמו"ר מוויזניץ וועלכער האט זיך אינטערסירט ביי ר' דוד איבער זיין אפשטאם פון באקאנטע וויזניצער


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: איצי מ. המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איז משמח א חתן א יתום, מיט אן אויסערגעווענליכע פשטות און ענוות חן, אויף זיין שטייגער כדרכו בקודש. ביי א באזוך אין ישיבת חברון די וואך באמערקט הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע א בחור וואס זיצט אין א ווילטשעיר. ער בעט מען זאל אים צופירן צו אים, און שטרענגט זיך אן צו באגריסן און אנוואונטשן דעם בחור מקירוב הלב. הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש המשפיע הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אבד"ק שערי תפילה בארא פארק אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט חברי קהילתו. הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם אויף א באזוך די וואך במעונו פון האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין מאראקעש - מאראקא. אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם מוצאי שבת ביי די ריקודין נאכן שבת מרומם מיט האדמו"ר מתולדות יהודה אין ליזענסק ווען די


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש מי שטרח בערב שבת: כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל ווערט געזען געציילטע וואכן צוריק אין א גראסערי איינקויפן לכבוד שבת קודש, כאיש מן השורה. האדמו"ר מסאדיגורא ווערט געזעהן ביים שמחת החתונה פונעם שוואגער החתן זון פונעם שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען, ביים מיטהאלטן די ריקודין כאחד האדם. האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים באטראכטן בילדער פון די נייע ביהמ״ד דחסידי צאנז קלויזענבורג שכונת בעיטס אין מאנסי מיט די געטרייע ב


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש דער פריינטליכע באזוך די וואך פונעם רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר ביי פרעזידענט פוטין. דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא איבער די שידוכים קריזיס וואס פלאגט דעם היימישן עולם. האדמו"ר מטשערנאביל אויפן פליגער אונטערוועגנס קיין פאריז פראנקרייך צום יערליכן מסע החיזוק וואס דער רבי נעמט אונטער יאר יארליך אין די טעג ארום דעם יום המסוגל ג' בשלח. האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' אליעזר


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש היכי דמי כבוד התורה: האדמו"ר מצאנז איז מכבד דער לעיקוואדער ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א צו זיצן אויף זיין שטוהל ביים ערשיינען צום מעמד קבלת פנים די וואך אין לעיקוואד. האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא שליט"א בנו הצעיר פונעם הייליגן באבא סאלי זצוק"ל ווארנט איבער א וועלט מלחמה וואס וועט אויסברעכן אין די גאר נאנטע צוקומפט אין בעפארברייטונג צו ביאת המשיח. האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים מיטהאלטן די חתונה פון א אייניקל ביי שאר בשרו הרה"ח


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש שיין בילד פון האדמו"ר משומרי אמונים ביי תפילת מנחה אויפן באס זייענדיג אונטערוועגנס בעת דער מסע הקודש וואס דער רבי האט אונטערגענומען צו די קברי הצדיקים אין פוילין. האדמו''ר מגור שיקט אפ א ספעציעלע מתנה זיין אייגענעם בעכער, אין וואס ער האט קידוש געמאכט די לעצטע עטליכע יאר, פאר הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא הי"ו לכבוד די חתונה פון זיין זון. די וואך ביים באזוך פון האדמו"ר מתולדות אהרן ביי המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה האט דער מק


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל די וואך אויפן הר הזיתים. בבית אלוקים נהלך ברגש: הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א בן האדמו"ר מפשעווארסק ביים ארויסהעלפן אן עלטערער מלמד פון די בעלזער תלמוד תורה אין אנטווערפען אנקומען צום חדר אין א זעלטענע הויכע שניי וואס האט באפאלן די שטאט אנטווערפן. נעכטן הארט איידער האדמו"ר מסאטמאר איז ארויס צום קבלת פנים פון די שמחה הגדולה, די חתונה פ


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש האדמו"ר מפינסק קארלין ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מפאפא נאכן מיטדאווענען תפילת מנחה אינעם רבינס מנין היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג. האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א באגעגעניש מיט גאב"ד מאקאווא בעת זיין אין באזוך אין קרית אתא פאריגע וואך. האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיטן פלאמעניק הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט"א מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן. לעורר זכות אבות: אן אינטערסאנטע ערשיינונג ביים חתונה די ווא


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש הרב חיים מאיר רוקח נכדו חביבו פון האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן ביי די חנוכה ליכט אנגעטוהן מיט א קאלפיק כנהוג אין בעלזא. האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה געזעגענט זיך פון אנשי צפת היינטיגן ליל שישי, נאך א קורצן באזוך אין שטאט לצורך מנוחה. האדמו"ר ממונקאטש באשיינט ביי די חתונה פון החתן א זון פון יד ימינו דער משמש בקודש הרב יעקב אליעזר כהן ה"ו, וואס האט די זכיה די לעצטע קרוב צו 50 יאר משמש צו זיין דעם רבי'ן לפני ולפנים. המשגיח הגה"צ רבי דן


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים אפרעכטן נענועים מיט די מנורה ביי א מסיבת חנוכה די וואך אין שטאט חיפה. האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזעהן ביי א ברית פון אן אייניקל ביי הרה"ח הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר אין קרית יואל, וואו דער רבי איז געווען סנדק. האדמו"ר מוויזניץ ירושלים ביים מיטהאלטן די נירות חנוכה ביי האדמו"ר מבעלזא די וואך. גאב"ד יאוואזשנא באגריסט זיך מיט האדמו"ר מסאטמאר ביים מעמד


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שיין בילד פון האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב ביים אנצינדן א ציגאר פארן פלאמעניק האדמו"ר מלעלוב בעת די חתונה פון אן אייניקל די וואך. הרב חיים שלמה פישער משמש בקודש ואיש אמונו פון האדמו"ר מסאטמאר טרעט אויף ביי א פריוואטער מסיבת שבע ברכות לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן, אן אייניקל ביי בנו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א. העסקן בנש"ק הרב עזרא פריעדלענדער הי"ו איז מעורר רחמים ביים ציון הק' פון צדיקי בית ליסקא


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם אייגנארטיגן ביטול היש פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים זיך שטעלן צום בילד מיט א זילבערנעם שטעקן וואס ער האט געבארגט פון איינע פון די רבנים המשתתפים ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל די וואך. אינטערסאנטע באגעגעניש די וואך צווישן הרה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר בן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א. א אידישער אפיציר ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמ


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: יחיאל רייכמאן א קבוצה סאטמארער חסידים זינגען אני מאמין ביים ציון פונעם הייליגן רמב"ם וואס האט כידוע פארפאסט די הייליגע תפילה פון די י"ג עיקרים. מחזה הוד ביים מעמד הפרשת תרומות ומעשרות אין דערפל אור הגנוז ווען האדמו"ר מסאטמאר האט איבערגעגעבן פאר הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הביד"צ העדה החרדית א טשעק מיטן סכום אדיר פון א מיליאן דאלאר פאר א חלוקה מיוחדת לטובת מפעל קרן הצלה וואס וועט פארקומען בימי חנוכה


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג איז מעיין אין א ספר פארנט פון ביתו נאווה קודש דעם ערב שבת ווארטנדיג אויף א קאר קיין בארא פארק וואו די רבי האט געוויילט שבת. די וואך בשעת'ן באזוך פון חברי הנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס בבית האכסניא פון האדמו"ר מסאטמאר אין ירושלים, האבן זיי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט די זכי' אריינצושריבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן הקדשה ביכל לטובת הכולל וואס אנטהאלט אין זיך פילע הקדשות פו


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנקומען אין די נוארק לופטפעלד צו באשיינען די גרויסע שבת התאחדות "בצלו חמדתי" מיט די תלמידים ויוצאי ישיבת מאור עינים ראחמיסטריווקא, וואס קומט פאר דעם שבת אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט. הגאון ר' יהודה תורגמן שליט"א מגדולי המקובלים אין ארה"ק באזוכט ביי האדמו"ר מסקאליע וואו עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס בתורת הנסתר. חלוקת מעות דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו פאר די


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט זיך דער באקאנטער בדחן ר' חיים הערש גלאנצער געגרייט ארויסצוגיין אויף א חתונה קיין בארא פארק, צו דינען אלס בדחן ביים מצוה טאנץ. אין די לעצטע מינוט, איידער ער איז ארויס פון שטוב, האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איינעם פון די חשובע סאטמארע דיינים, וועלכער האט אים געהייסן בלייבן אינדערהיים נישט נכשל צו ווערן פון חשש טומאת מת. מוצאי שבת קודש האט דער בדחן דערציילט דעם גאנצן מעשה בפרטיות פארן סאטמארער רב


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מסורת אבות: האד' מסאטמאר איבערראשט די זינגערס גייענדיג צו א חופה די וואך אין קרית יואל, וואו די רבי האט געהייסן די מוזיקאנטן זינגען בלויז "מי בן שיח" כנהוג — און נישט קיין איינע פון די נייע ניגונים וואס האבן זיך לעצטנס אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור. הבהרה: ביים חופה בבית סקווירא אין בארא פארק ווערט קלארגעשטעלט אז עס ווערט נישט אפגעכאפט קיין ווידיאו, נאר בלויז א לייוו הוק-אפ פאר די קרובי המשפחה פון אויסלאנד. האדמו"ר מקאפיטשני


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: JDN האדמו"ר מסקאליע ביים אונטערזינגען די 'ריבניצער תנועה' וואס איז מסוגל זיך ארויסצוזען פון טראפיק, אויפן וועג אהיים פונעם עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן דעם זונטאג. ובהם נהגה: האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן אין די פריוואטער סוכה בביתו נאווה קודש זייענדיג עוסק בלימוד התורה. דער זעלטענער אחדות'דיגער צוזאמארבעט ביים עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן פון די עסקנים פון ק"ק סאטמאר, אין שפיץ פון העסקן הנמרץ ר' יואל לאנדא הי"ו (קהילת ס


bottom of page
