קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש
האדמו"ר מלעלוב מערקט "קרישקעס" אין א שמועס מיט נכדו חביבו הבה"ח אלתר אלעזר מנחם בידערמאן ני"ו בשעתן דאווענען דעם הושענא רבה אין לעלובער ביהמ"ד אין בארא פארק.

דער אמבאסאדאר פונעם אייראפעאישן פאראיין קיין מדינת ישראל, מייקל מאן, באטייליגט זיך ביים שמחת בית השואבה בחצר הקודש סאדיגורא, דעם חול המועד סוכות.

אדמו"ר מתולדות יהודה ביים ווארפל עפל כמנההג הצדיקים דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה.
אמעריקאנער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל, מייק האקאבי, האט אפגעשטאט א באזוך ביי די רבנים הראשים פון ארץ ישראל, דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף און הגאון רבי קלמן בר. ביים באזוך האט אויך אנטיילגענומען העסקן ר' דוד כץ הי"ו, פון די פראמינענטע עסקנים אין ניו יארק, ומקורב למלכות אינעם ווייסן הויז.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, אין א באגעגעניש מיט הגה"צ גאב"ד פאלטיטשאן שליט"א, דעם חול המועד סוכות ברחובות בארא פארק.
מערקווירדיגע סצענע ביים מעמד הקפות שניות בחצר הקודש דושינסקיא, ווען האדמו"ר מדושינסקיא איז מיט זיין באקאנטע מידת הפשטות און ענוות חן ארויף אויף די פארענטשעס און געטאנצן צווישן די חסידים כאחד האדם.

קרעמל: צענדליגער ספרינטערס אינדרויסן פון ביהמ‘‘ד הגדול פשעווארסק מוצאי שמחת תורה פון בריטישער געסט וועלכע האבן געמאכט די וועג אהיים קיין לאנדאן נאכן זיך מסתופף זיין בצל הקודש.
שיין בילד פון האדמו"ר מפיטסבורג ביים יערליכן שמחת בית השואבה דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע משפחה אחת, וועלכע באגלייט קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

הגה"צ רבי יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א רב ביהמ"ד אור חיים וראש ישיבה קטנה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים, ביים איבערגעבן א שיעור הכנה להושענא רבה בבית מדרשו אויף רחוב שטראוס אין ירושלים, וואו דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן.

די המלוכה והממשלה טענץ ביים געהויבענעם שמחת בית השואבה אין בית המדרש הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, וואו האדמו"ר מתולדות אהרן איז מעודד די ריקודים בשלהבת אש קודש.
טעימה קלה פונעם מעמד הקפת שניות בצילו פון המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב.
המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים שמחת בית השואבה אין שטאט ביתר טאנצט מיט פאקלען כנהוג זכר לשמחת בית השואבה.
באבוקות של אור: דערהויבענע ריקודין מיט פאקלען ביים מעמד שמחת בית השואבה אין ביהמ"ד הגדול והחדש אין קרית יטב לב אין בלומינגבורג בצלו פון הגה"צ אבד"ק קרית יטב לב שליט"א.
אחד מפרחי החסידים בחצר הקודש סקולען לעיקוואד באקומט א ליבליכן קניפ פון האדמו"ר מסקולען לעיקוואד ביי איינע פון די מעמדי שמחת בית השואבה דעם פארגאנגענעם סוכות.

די הערליכע סוכה פון הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אין ירושלים גרייט צום סעודת המועד וואס דער נגיד האט אפגעראכטן פאר געלאדענטע געסט, ידידים און גבאי צדקה.
האדמו"ר מתולדות אהרן דאווענט מנחה ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זי"ע מיטן גארטל פונעם בעל ההילולא.
שלוחא דרבנן העסקן הרב אליקים שטארק הי"ו וואס איז נארוואס ערוועלט געווארן אלס חבר כנסת מטעם די בעלזער מחזיקי הדת באוועגונג, ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מוויזניץ ביי איינע פון די מעמדי שמחת בית השואבה דעם יום טוב סוכות.

טייל פון די הונדערטער געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף די צווייטע טעג יום טוב בצל הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר ביים גומל בענטשן און שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר.
ניו יארק קאנגרעסמאן מייק לאולער באזוכט אין די סוכה פון האדמו"ר מפארשעי אין מאנסי צווישן זיינע פילצאליגע באזוכן אין די היימישע געמיינדע דעם יום טוב סוכות.

הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א אב"ד סאנטוב ביים זיך געזעגענען פון מורו ורבו האדמו"ר מוויזניץ איידערן זיך אהיימקערן צוריק קיין אמעריקא, נאכן וויילן אין ארץ ישראל אויף די ימים הנוראים.

באגריסונג מטעם חצר הקודש באבוב 45 לכבוד ק"ק מונקאטש, וועלכע האבן בתשואות חן אוועקגעגעבן זייער שטח אויף די 14'טע עוועניו ביי די 46'סטע גאס אין בארא פארק, וואו עס איז היי יאר אויפגעשטעלט געווארן די גיגאנטישע סוכה בחצר הקודש באבוב 45.

העסקן הרב עזרא פריעדלענדער אין א רוף צו תושבי בארא פארק צו האלטן ריין די גאסן ווי ס'פאסט, ספעציעל אין די יעצטיגער ימים טובים סעזאן.

קידוש השם סצענע ביים עלעוועיטאר ביי א הויכשטאקיגע געביידע - ווען האדמו"ר מדושינסקיא האט מיט זיין גוטהארציגקייט נישט ארויסגעלאזט א גרופע אראבישע דעליווערי ארבעטער, און אנשטאט אראפ די אכט שטאק שטיגן.
איזראעלי מידיא בייזערט זיך נאכן אנטדעקן א סאטמארער טשעקל אפצוהאלטן אידן פון גיין צו די בעפארשטייענדע בחירות.

פרישע מצבה אויפן בית עלמין הר שלום אין עירמאנט על קברו פון כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל וועלכער איז נסתלק געווארן דעם חול המועד סוכות.

די הנהלה פון ישיבת מיר מעלדט איבער א ספעציעלע חלוקה פון 10 מיליאן שקל וואס וועט ווערן פארטיילט פאר די זיבן טויזנט יונגעלייט אצינד נאך יום טוב, נדבת לבו פונעם פטרון הישיבה הנגיד ר׳ שלמה יהודה רעכניץ צום געבורט פון אן אייניקל.

אין דעלאטינער ביהמ"ד אין מאנסי בעט מען די בעלי תפילה צו דאווענען גיך אין די טעג צווישן יום כיפור און סוכות כמנהג צדיקי בית זידיטשוב זי"ע.

שלוחא דרבנן העסקן הרב יעקב טעסלער הי"ו פארשטייער פון חצר הקודש וויזניץ אין כנסת, ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מוויזניץ ביי איינע פון די מעמדי שמחת בית השואבה דעם יום טוב סוכות.

די סוכה פון כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל איז געווארן אויפגעשטעלט ווי יאר יערליך פארנט פון 770 אין קראון הייטס.

ראחמיסטריווקא חסידים מיט א געניאלע פאטענט ביים אויפבויען די פריוואטע סוכה פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין ירושלים.
די סקווירא אנ"ש סוכות אויסגאבע מיט א מערקווירדיגע בילד פון חסידים מיט טערקישע טליתים און שטיוול ביים עולה רגל זיין צום בית המקדש.

אויסשטאפירטע און סאפיסטיקירטע מעדיצינישע שטוב אינעם בנין בית המדרש הגדול בעלזא ירושלים, גרייט על כל צרה שלא תבוא פאר די ירח האיתנים, ווען שווערע טויזנטער חסידים זענען זיך מסתופף בצל הקודש אין ירושלים.
האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איז מסכך די סוכה אין וועלכן דער רבי שליט"א האט געפראוועט די שמחת בית השואבה יעדע נאכט חול המועד בחצר קדשו אין ירושלים.
ברכת הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, נאך מעמד הקפות שניות דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה אין די גרויסע סוכה פון ישיבת אורייתא אין ירושלים.
העסקן הרב עזרא פרידלענדער און זיך משתתף ביי א שמחה בבית גיסו הרב החסיד ר' שמעון גרינוואלד הי"ו, משב"ק אדמור"י בית ראחמיסטריווקא.
הערליכע אויסשטעלונג מיט בילדער פון צענדליגער אדמורי"ם ורבנים, און די סוכה פון שיינער'ס בית המדרש אין מאנסי.

חביבות המצות: האדמו"ר מנדבורנא איז בודק א מהודר'דיגע אתרוג וואס איינער פון די חסידים האט אריינגעברענגט צום רבי'ן ערב יום טוב.

מחזה הוד אינעם סוכה הגדולה בחצר הקודש סאטמאר אין קרית יואל, ווי האדמו"ר מסאטמאר איז מסכך די סוכה שטייענדיג אויף א הייב-מאשין, ארומגענומען מיט הונדערטער חסידים און בחורים וועלכע האבן געזונגען ווארימע ניגונים כהכנה דרבה.
בילד פון ביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מטאהש, מיט פולע אנגעגרייטע פעקלעך וואס זענען פארטיילט געווארן פאר אלמנות אין קרית טאהש און אין מאנטריאל אריינצוברענגען אין זייערע שטיבער א שמחת יום טוב.

העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו ווינטשט מזל טוב פאר האדמו"ר ממונקאטש ביים שמחת הוואכנאכט בחצרות מונקאטש-רודניק.

לאנגע שורות פון טויזנטער אנשי ירושלים שלענגערן זיך אויף די שטראוס גאס, וואו עס איז דעם ערב יום טוב סוכות פארגעקומען א גרויסארטיגע חלוקה דורכ'ן סאטמארער ביליאנער הנגיד ר' יואל לאנדא, וואו ס'איז פארטיילט געווארן גאנצע זיבן מיליאן שקל.
האדמו"ר מפינסק קארלין ביים שענקען א מהודר'דיגע לולב פאר זיין חברותא, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, לכבוד יום טוב סוכות.
האדמו"ר ממבקשי אמונה ביים אפֿרעכטן א פדיון נפש לרפואתו השלימה פונעם לעגענדארן ברסלב'ער עסקן ר' דוקי גרינוואלד ז"ל, אין די לעצטע טעג בעפאר זיין פטירה, דעם ערב יום טוב סוכות.
א שיין בילד פון האדמו"ר מפשעווארסק ביים בודק זיין אתרוגים לקראת חג הסוכות.

די הערליכע סוכה אין ירושלים פון הרבני הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו, וואו הונדערטער געסט האבן געפראוועט די סעודת יום טוב במשך חג הסוכות.
האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג איז מעיין אינעם ספר "איתן מושבך" במשנת כ"ק אדמו"ר מסטריקוב זצ"ל, וואס איז געשריבן געווארן דורך דעם טאלאנטפולן גראמער הרב משה צבי וויינטרויב. אינעם הינטערגרונט ווערט באמערקט דער באקאנטער אנטיק מומחה און זאמלער הרב יהודה ברייער הי"ו פון "תפארת".

פראקטישע סוכה געבויט בתוככי בית המדרש הגדול פשעווארסק אין אנטווערפן, וואו האדמו"ר מפשעווארסק האט אפגעראכטן די שולחנות הטהורים דורכאויס יום טוב סוכות אויף א באקוועמע און פראקטישע פארנעם.
לעצטע בילד פון המקובל הגה"צ רבי דוד בצרי זצ"ל, ביים בודק זיין הדסים בלויז א געציילטע מעת לעת בעפאר זיין הסתלקות דעם ערב יום טוב סוכות.

היסטארישע הבטחה פון האדמו"ר מצאנז, ווי דער רבי פארשפרעכט צו נעמען אויף זיך די עבירות העבר פון ווער עס וועט זיך אונטערנעמען קבלות טובות צו היטן און מחזק זיין די גדרי הקדושה ביי מעמד הקפות שניות, דעם מוצאי שמחת תורה.
גיגאנטישער לולב ווערט באמערקט אינעם בית המדרש הגדול דקהל פני מנחם אין ירושלים.

ראש הישיבה, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, דערמאנט א מימרא פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, ביי א סעודה אין די סוכה פון בן אחיו הגה"ח ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א.
האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים שמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה בחצר קדשו, האלטנדיג זיין ינוקא אויפן שויס.
הערליך בילד פון די פריוואטע סוכה פון האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל, באצירט מיט א נוי סוכה פון צוועלף תורות וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט שבת פרשת תולדות אין אתרא קדישא מירון, און אין צוגאב די נוי סוכה פון די נייע סאטמארער בניני המוסדות אין וויליאמסבורג, און אן אויסשטעלונג פון די 23 ספרי לב אהרן מדברי תורתו פונעם רבי'ן.

האדמו"ר מקארלין סטאלין פארלאזט דעם כותל המערבי נאך א תפילה קצרה דעם חול המועד סוכות, לעלוות ולראות לכבוד הרגל.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, אין א שמועס מיט'ן שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד שליט"א ביי איינע פון די פילע מעמדי שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות.

האדמו"ר מסאדיגורא באזוכט אין די סוכה פונעם משב"ק הרב החסיד ר' יוסף חיים צאלער הי"ו, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת מרעים דורך די אברכי החסידות לכבוד סוכות.

א רירנדע סצענע האט זיך אפגעשפילט ביי איינע פון די מעמדי שמחת בית השואבה אין די ספינקא הויף אין בני ברק, ווען דער רבי האט באמערקט א קליין קינד וואס וויינט. דער רבי איז גלייך צוגעגאנגען צו דאס קינד און אים בארואיגט מיט ליבשאפט און רחמנות, און אים אפילו מפייס געווען מיט א זיסע געטראנק.


האדמו"ר מסערדאהעלי, אנקומענדיג דעם חול המועד צום בית המדרש הגדול מונקאטש אין בארא פארק, וואו דער רבי האט כמדי שנה בשנה מיטגעהאלטן די עבודת הנענועים ביי האדמו"ר ממונקאטש.
לא ניתנו מועדים לישראל אלא בכדי שיעסקו בתורה: האדמו"ר מליסקא איז עוסק בתורה מיט אן אייניקל אין די סוכה.
דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער איז מהנה אינעם טעגליכן מנין חול המועד בשירה ובזמרה ביי המקובל הגה"צ ר' יצחק סגל שליט"א אין ירושלים.
די גיגאנטישע סוכה פון ק"ק סאטמאר אין קרית יואל איז טיילווייז איינגעפאלן פון די שטורמישע וועטערס דורכאויס יום טוב סוכות.

ביים שמחת בית השואבה אין די סוכה בבית נאוה קדשו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, מערקט "קרישקעס" הנגיד המפורסם רבי יואל לאנדא.
דער בעל מנגן רבי ליפא שמעלצער באזוכט ביי האדמו"ר מבישטנא דעם חול המועד סוכות, וואו דער רבי האט אים געוואונטשן הצלחה אין זיין עבודת הקודש משמח צו זיין אידישע קינדער.
טראדיציאנאלע ריקוד פון האדמו"ר מלעלוב מיט פאקלען ביים שמחת בית השואבה אין די לעלובער הויף אין בית שמש, זכר לשמחת בית השואבה.
האדמו"ר מפיטסבורג באזוכט אין די סוכה פון מקורבו הרבני הנגיד ר' בערי ווייס אין ירושלים, קומענדיג צו פליען מיט א העליקאפטער פון מקום מגוריו אין שטאט אשדוד.
אין א באגריסנדע שריט האט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו צוגעשטעלט זיין העליקאפטער איינע פון די טעג חול המועד סוכות, צו מהנה זיין פילע אלמנות און יתומים צו קענען חול המועד האלטן.
הגה"צ אבד''ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אין א טאנץ מיט בני משפחתו ביים הכנסת ספר תורה דורך בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, דעם חול המועד סוכות אין קרית יואל.
כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א קעדאטשקע טאנץ אויפ'ן טיש ביים שמחת בית השואבה, אינאיינעם מיט'ן לעגענדארן ירושלימ'ער פיגור ר' וועלוועל קירשנבוים.
גאב"ד אנטווערפן ביים זיך איינהאנדלען אתרוגים אין די סאטמארער ביהמ"ד אין אנטווערפן, נאכ'ן אויפטרעטן מיט א שיעור בעניני דיומא דעם חול המועד אין ביהמ"ד.

הימלישע עבודת הנענועים פון האדמו"ר רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם, דעם חול המועד סוכות.
האדמו"ר מסטריקוב ירושלים מערקט "קרישקעס" ביים עוסק זיין בתורה דעם חול המועד סוכות אין די סוכה בחצר הקודש קאפיטשניץ אין ירושלים.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אין א ריקוד נלהב מיט גיסו הרה"צ ר' מרדכי ברזובסקי שליט"א, זון פון האדמו"ר מסלונים, ביים שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות.
ביים שמחת בית השואבה אין ביהמ"ד הגדול דקהל תולדות יהודה אין בארא פארק מערקט "קרישקעס" הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א, זון פון האדמו"ר מתולדות יהודה, ביים מיטהאלטן די ריקודין שטייענדיג אויף די פארענטשעס כאחד מן השורה.

האדמו"ר מטאלנא באזוכט אין די סוכה פון די וואוילטעטיגע משפחה אחת ארגאניזאציע פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

האדמו"ר מסטוטשין ביים פארזינגען ניגוני דביקות ביי א שמחת בית השואבה אין די סוכה ביים סטוטשינער בית המדרש אין בארא פארק.
האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה טאנצט מיט פאקלען ביים שמחת בית השואבה אין די סוכה זכר לשמחת בית השואבה.
הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, באזוכט אין די סוכה פון המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א אין ירושלים.

האדמו"ר מתולדות אהרן איז מעיין אינעם חומש פונעם הייליגן תפארת שלמה פון ראדאמסק, אין וועלכן דער רבי האט מיטגעהאלטן די משנה תורה ליל הושענא רבה, געברענגט געווארן דורכן באקאנטן אנטיק-מומחה און זאמלער הרב יהודה ברייער פון תפארת.

העסקן רבי יואל ווייס מנאמני ביתו פון האדמו"ר מסאטמאר באגלייט ארויס האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא נאכ'ן באזוכן ביי האדמו"ר מסאטמאר דעם חול המועד סוכות.

דער בעל מנגן רבי דודי מייזעלס ערהאלט ברכת קדשו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א בעיצומו פונעם גרויסן טאג הושענא רבה.

דער גאר קליינער ספר תורה וואס איז גענוצט געווארן דורכ'ן שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצ"ל ביי די הקפות איז כמדי שנה בשנה געברענגט געווארן צום פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א לכבוד יום טוב שמחת תורה.

הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי באזוכט אין די סוכה פון מקורבו העסקן רבי אברהם יעקב פריעדמאן אין מאנסי.

דער אלעמען באקאנטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' נפתלי לערער האט "קרישקעס" באמערקט ביים אריינגאנג צום בית המדרש הגדול תולדות אהרן אין מאה שערים, פרואוונדיג צו פאראייביגן דעם געהויבענעם מעמד הקפות שניות בצל האדמו"ר מתולדות אהרן.

הרבני הנגיד רבי ליפא פריעדמאן הי"ו איז מכובד מיט א הקפה ביים מעמד הקפות שניות דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה בצילו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.

האדמו''ר מסלאנים ביים איבערגעבן זיינע ד' מינים פאר איינער פון די בחורי החסידות צו שאקלען דערמיט די נענועים כנהוג, ווי איינגעפירט בחצרות סלאנים.

כ"ק האדמו"ר מצאנז זמיגראד אנטווערפן ביים עפל-טיש דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה כמנהג צדיקי בית צאנז.
הרב ישראל מיללער הי"ו, משב"ק האדמו"ר ממכנובקא בעלזא, איז מקיים די אור-אלטע בעלזא מנהג פון "צאן קדשים" אין מוצאי שמחת תורה, זייענדיג פארשטעלט ווי א פאסטוך.

שלוחא דרבנן, העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף, ביים פארזאגן די פסוקים פון "אתה הראת" ביי מעמד הקפות שניות בחצר הקודש גור.

פילצאליגע ספרי תורה וואס זענען צוזאמגענומען געווארן פון אלע גערער שטיבלעך איבער גאנץ ארץ ישראל ביים מעמד הקפות שניות דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה בחצר הקודש גור, צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון ספרי תורה, ווען עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר אלע חסידים צו טאנצן א הקפה מיט א ספר תורה.

שיין בילד פון האדמו"ר מגור ביים ארומגיין בשעת די הקפות דעם הושענא רבה אין בית המדרש הגדול גור.

הנגיד החסיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ווערט באמערקט ביי תפילת שחרית איינע פון די ימי המועד בצילו פונעם פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים.

האדמו"ר מזוטשקא אין א פייערדיגן טאנץ מיט פאקלען ביי שמחת בית השואבה אין די זוטשקא הויף אין בני ברק.

האדמו"ר מפינסק קארלין איז מכבד הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג צו טאנצן מיט א פייער פאקל ביים שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות.

א ברכת מזל טוב פאר הר"ר משה יוסף פריעדלענער הי"ו פון רבי ישעי'לעס גאסט הויז לכבו די בר מצוה פון זיין זון כבר שלמה זאב ני"ו.






תגובות