top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אידן פראווען יארצייט פון הייליגן "בת עין זי"ע בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב

לפני 36 דקות
זמן קריאה 4 דקות

זונטאג פרשת וישלח • י''ב כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך נעכטן, מוצאי שבת, צוזאמגעקומען ביי די גרויסע התוועדות און סעודה רבתי לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם דב מאווריטש זי"ע בעל ה"בת עין", וועלכער ליגט אויפן אור־אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת, במקום אשר ישועות בו מקיפות.


דער גרויסער צוזאמקום ווערט אנגעפירט יאר־יערליך דורכ'ן וועלט־בארימטן משפיע הגאון הצדיק רבי אברהם אלימלך בידערמאן שליט"א פון לעלוב, וועלכער האט צושפרייט אור צדקתו וקדושתו פונעם בעל ההילולא איבער דער גאנצער וועלט.


היי־יאר איז אויסגעפאלן די יארצייט היינטיגן, זונטאג, י"ב כסליו, און נעכטן מוצאי שבת ליל היארצייט איז געפראוועט געווארן די גרויסארטיגע סעודת ההילולא אין די גרויסע באיאנער קלויז אין עיה"ק ירושלים. באסעס זענען ארויסגעפארן פון איבער'ן גאנצן לאנד – "הכל מעלין לירושלים" – צו קענען מיטהאלטן דעם הייליגן מעמד התוועדות והתעוררות, וואו עס האט זיך טאקע אנגעזען א שטראם פון מאסן טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, און בפרט טויזנטער בחורי הישיבות וועלכע קוקן ארויס א גאנץ יאר צו דעם געהויבענעם נאכט, זיך אנציווארעמען בדרכי הצדיקים און פארברענגען אינאיינעם לענגערע שעות בדברי תורה וחסידות אין א העכערער אטמאספערע.


דורכאויס דעם מעמד איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן צום סעודת מלווה מלכה פאר די טויזנטער משתתפים אויף גאר א ברייטן פארנעם אינעם חצר פון קלויז, בנדבת לבם פון נדיבי עם וועלכע האבן מנדב געווען די סעודה לכבודו של צדיק וואס איז ווי ברייט באקאנט מסוגל געהאלפן צו ווערן בכל מיני ישועות.


צום באשטימטן צייט איז דער משפיע ערשינען אינעם קלויז לקול תרועת הזמר. בראשית דבריו האט ער דערציילט ערשט־האנטיגע עובדות פון ישועות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות אותו צדיק, און בפרט דורך די באקאנטע סגולה פון צוזאגן א סעודה ביומא דהילולא דיליה. דערביי האט דער משפיע מעורר געווען אז עס איז א זמן פון שבח והודאה צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און נפלאות וואס אידן האבן געזען עין בעין בזכותו של אותו צדיק, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין להודות ולהלל.


באזונדער האט דער משפיע מעורר געווען איבער ישועות וואס כלל ישראל איז אנגעוויזן אין דער תקופה. דער משפיע האט אויך געבעטן פונעם ציבור מעורר צו זיין רחמי שמים פאר געוויסע אידן וואס זענען מצפים לישועה, זינגענדיג ווארימע ניגונים – "תפן אלינו ברחמים" – מעורר צו זיין רחמי שמים, באגלייט מיט הארציגע דיבורים בגודל מעלת התפילה און די בטחון אז דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן להוושע בכל מילי דמיטב.


ספעציעל האט דער משפיע מזכיר געווען די גדולי וצדיקי הדור וועלכע זענען אנגעוויזן אויף א רפואה, הלא המה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר, דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א רבי נחום דב בן מלכה, און כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א רבי ישכר דב בן מרים.


אין לויף פון דער גרויסארטיגער התוועדות האט דער חשוב'ער משפיע שליט"א משמיע געווען גאר שטארקע דברי חיזוק באמונה ובטחון און התעוררות אין פארשידענע ענינים במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט בגודל קדושת הזמן. ספעציעל האט דער משפיע מעורר געווען מיטצונעמען א חיזוק בלימוד התורה, און שטארק מחזק געווען די תקנה פון "לימוד עמוד ליום" וואס דער משפיע האט מתקן געווען פארלאפענעם שמחת תורה, אז מען זאל נישט פארפעלן א טאג אן לערנען א עמוד גמרא.


דורכאויס דעם מעמד האט מען געזינגען פילע פרייליכע ניגונים, צווישן זיי ניגוני מירון, ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין פון אזויפיל טויזנטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה מיט א גאר געהויבענעם התרוממות הנפש, אנגעפירט דורך בארימטע בעלי מנגנים אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' יעקב יהודה דאסקאל, ובראשם דער בארימטער משפיע וועלכער איז מנצח על המלאכה און פלאמט אן די הערצער מיט זיינע הארציגע דיבורים בין גברא לגברא.


צווישן די ריקודין האט זיך דער משפיע ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין מיט זיין אייניקל החתן הבר מצווה וואס גייט די וואך אריין לעול תורה ומצוות, בשעת דער ציבור ברעכט אויס אין ניגוני שמחה קול רינה וישועה באהלי צדיקים.


כחצות הלילה האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מעמד תפילת רבים, ווען נאך ווארימע דברי הכנה האט דער משפיע יורד געווען לפני התיבה מעוטף בטליתו, פארזאגנדיג עטליכע מזמורי תהילים וואס זענען מסוגל אויף רפואות, זיווגים און פרנסה, להוושע בכל מילי דמיטב, און דערנאך פארגעזאגט סליחות בהשתפכות הנפש מיט גרויס התעוררות דקדושה, נאכגעפאלגט מיט אבינו מלכינו און קבלת עול מלכות שמים אינעם געהויבענעם עת רצון. דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט געהויבענע טענץ, און עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען דער ציבור האט זיך צושפרייט נאך די געהויבענע שעות.


תיכף נאכן מעמד האט א פלאטע פון באסעס געפירט דעם ציבור קיין עיה"ק צפת, ווען אין געציילטע שעה'ן דערויף באשמורת הבוקר האט זיך אנגעפאנגען דער ריזיגער מעמד תפילת רבים אויפ'ן גרויסן פלאטפארמע ביים בארג סמוך ונראה צום מערה מקום מנוחת קדשו, מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער אידן. דער הייליגער מעמד איז געפראוועט געווארן מיט גרויס התעוררות דקדושה, וואו דער משפיע שליט"א האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים, דברי מוסר והתעוררות, ארויסברענגענדיג די הייליגע מאמענטן שטייענדיג באתריה דמר, סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים, און דערנאך פארגעזאגט מזמורי תהילים און סליחות, נאכגעפאלגט מיט פאסיגע ניגוני התעוררות, און מען האט זיך צושפרייט מיט ניגוני שמחה זייענדיג סמוך ובטוח אז מען האט געפוילט אלעס גוטס.


היינט, זונטאג, לעת ערב האט דער משפיע אפגעראכטן א סעודת הילולא רבתי בהשתתפות בני חבורות "באר האמונה" ותושבי העיר אין ביהמ"ד לעלוב אין אלט־שטאט אין עיה"ק צפת באתרא דמר, באגלייט מיט כלי זמר בשירה וזמרה.



תגובות


bottom of page