ובכן צדיקים יראו וישמחו: מאסן חסידים מיטהאלטן שמחת החתונה אין טאהשער הויף
מוצאי שב"ק פרשת ויצא • י''א כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט חדוה דקדושה איז דעם פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן אין מאנסי די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש טאהש, ווען הרה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סגל לאווי שליט"א, אבד"ק טאהש מאנסי בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים ארי' כהנא שליט"א אבד"ק זכרון אלימלך ספינקא מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר, די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי' שרה און עטרת גינענדל, וואו מאסן חסידי טאהש האבן זיך מיטגעפריידט ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים.
פארנאכטס איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד הקבלת פנים, ביי וועלכן מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות א לענגערע צייט, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע חרוזים הרב אלי' דוד טירנויער הי"ו, ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון די יעצטיגע זמן, און אויסגערעכנט די אבות הקדושים וועלכע קומען אראפ צו די גרויסע שמחה.
דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, געטרינקן לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר כל העם הנאספים ברכות והשפעות טובות, דערנאך איז מען ארויס צום באדעקן, דער רבי האט אנגעטון די קיטל פארן חתן און געלייגט די אש אויפן שטערן און געבענטשט די חתן, איידערן ארויסגיין צום מעמד החופה.
מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבד"ק מכלל יופי שליט"א דער זיידע פונעם חתן, און און מיט די כתובה ליינען גיסו כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א עלטער פעטער פונעם כלה. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן: אבד"ק לאנצוט שליט"א פעטער פונעם כלה, אבד"ק אפטא שליט"א, הרב בעריש לויפער שליט"א, הרב יקותיאל טייטלבוים שליט"א, הרב זלמן לייב וואגשאהל שליט"א, ברכה אחריתא דער טאהשער רבי שליט"א.
מיט גרויס התרגשות של שמחה האט דער רבי אנגעוואונטשן אלע משתתפים ביי די שמחה, און תיכף דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין,בתופים ובמחולות, און דער ציבור איז אריבער צום זאל, ווי עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה פאר כל הקהל הקודש.
ווען דער רבי איז ערשינען צום סעודת החתונה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין. דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פון די מאכלים. ווען דערביי האט מען געזינגען ניגוני שמחה אנגעפירט דורך די מקהלות המנגנים דחצר הקודש טאהש. נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשן פאר כל הקהל הקודש אינאיינעם ברכות וישועות לרוב.
במשך די שמחה האבן באשיינט מערערע אדמורי"ם ורבנים שליט"א פון שטאט, צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, כ"ק אדמו"ר נצח מנחם ספינקא שליט"א, הגה"צ אב"ד פרעמישלאן שליט"א, און די קרובי המשפחה: כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב לאנדאן שליט"א, הגה"צ אבד"ק באלחוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א, אב"ד לאנצוט שליט"א, און נאך.
מיט ברהמ"ז און די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די רבנים קרובי המשפחה און אנשים חשובים. דאן האט דער בדחנא דמלכא הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל אין קרית טאהש גענומען דאס ווארט, און אויפגערופן מיט פאסיגע חרוזים דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, זייענדיג מעורר די זכות אבות למעלה בקודש, אראפצוברענגן אלע השפעות טובות אין יעדע הינזיכט ווי מען דארף געהאלפן ווערן, בכל משאלות לבנו לטובה, וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת לוי, כיצד מרקדין לפני הכלה.
דערנאך האט מען ארויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ אב"ד מכלל יופי שליט"א, דערנאך די מחותנים שליט"א און חתן וכלה.



















































































































תגובות