top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכותיה דיוסף צדיקיא: רירנדע מעמד התפילה ביים ציון יוסף הצדיק אין שכם לרפואת האד' מוויזניץ בראשות בניו הרבנים

לפני 6 דקות
זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פרשת ויצא • י' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

הייסע תפילות בוקע רקיעים זענען פארגאסן געווארן ביים קבר יוסף הצדיק אין שכם, ביים ספעציעל רירנדן מעמד התפילה וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך הונדערטער וויזניצער חסידים, אין שפיץ פון הרבנים הגאונים הצדיקים בני מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איינצורייסן ביים שוכן מרומים לרפואתו השלימה פונעם רעיא מהימנא קדישא מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש, בזכותא דיוסף צדיקיא.


דורכאויס מיטוואך נאכט איז א ריזיגן ציבור פון טויזנטער אידן אנגעקומען קיין שכם צו מתפלל זיין ביים ציון פון יוסף הצדיק, אלס טייל פון די קביעות'דיגע נסיעות צום קבר יוסף הצדיק, אונטער דער שטרענגער באגלייטונג פון די מיליטערישע און פאליצייאישע זיכערהייט קרעפטן וואס זענען געשטאנען אויף דער וואך.


ווי געזאגט, האבן צווישן דעם ריזן ציבור מתפללים, ספעציעל ארויסגעשיינט הונדערטער חסידי וויזיץ, אין שפיץ פון בניו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אבד"ק קרית וויזניץ, הרה"צ רבי יצחק ישעיה האגער שליט"א און הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, צוזאמען מיט נאך חשובי ופני העדה.


ביים אנקומען צום ציון האבן דער רב פונעם געגנט, הרב אליקים לבנון שליט"א, אויפגענומען דעם רבי'נס קינדער און זיי אריינבאגלייט צום ציון.


מען האט געזאגט מזמורי תהילים מיט גרויס השתפכות הנפש, וואו הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו ספר רביעי שבתהילים און די יהי רצון, און הגה"צ אב"ד וויזניץ אלעד שליט"א האט פארגעזאגט שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק, ווען דאס התעוררות און געשריי פונעם ציבור איז געווען עד לב השמים.


דערנאך האט מען מכבד געווען הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א מיט דעם זכות אנצוצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט ביים קבר יוסף הצדיק דורכאויס דעם יאר, און דער רב שליט"א האט עס אנגעצונדן לזכותו ולרפואתו השלימה פון מר אביו הגדול, בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעוררות מיט א געוואלדיגער דביקות, באגלייט מיט א הייסער תפילה פון רחמנא אדכר לן זכותיה דיוסף צדיקיא.



תגובות


bottom of page