top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

לפני שעה (1)
זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

החתן הרב נפתלי צבי הורוויץ שליט"א, נכד האדמו"ר מבאבוב 45, מערקט "קרישקעס" ביים אריינכאפן א בלאט גמרא מסכת כתובות צווישן די חופה און די חתונה אין די סאטמארער בית המדרש וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די לעגעסי זאל.


הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ווערט באמערקט אין לופט פעלד אין א שמועס מיט הרה"ח ר' משולם זילבערמאן שליט"א משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק זייענדיג ביידע אויפ'ן וועג קיין אנטווערפן.


די אייגנארטיגע הזמנה פונעם ראש ישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א צו די חתונה פון אן אייניקל די וואך, מיט די ווערטער צוגעשריבן מכתב ידו: "יא רבי, נישט רבי, אבער א בעל שמחה קען וואונטשן"


הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א באזוכט ביי דודו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א איינצולאדענען צו די חתונה וואס קומט פאר קומענדיגן זונטאג הבא עלינו לטובה.


די גיגאנטישע עידן פעלעס זאל מוכן ומזומן צום גרויסן סטיטשינער שבת אין שטאט וויליאמסבורג.


משולשת בתורה: כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין תורה'דיגע שמועס מיט'ן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א ביי חתונה פון אן אייניקל, מיט אן אייניקל פון אחיו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, ווען אינצווישן ווערט געזען מיטהאלטן הגאון ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ לב אהרן דסאטמאר ב"פ.


קול שמחה: בארימטער מנגן ר' אייזיק האניג מגדולי חסידי לעלוב ביים מהנה זיין בשמחת בית רבו האדמו"ר מלעלוב ביי שמחת נישואי נכדו די וואך.


ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א געזעגנט זיך פון ידידו ורעו ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א איידער זיך ארויסלאזן אויף א לענגערע נסיעה קיין אמעריקע לטובת די סלאבאדקע ישיבה.


בארימטער און טאלאנטפולער אקטיאר, ארי אבראמאוויטש נעמט אפ א ברכה ביי האדמו"ר מבעלזא נאך וואס ער האט אויפגעטרעטן מיט א פארשטעלונג ביי די בעלזא ביזנעס עקספא.


האדמו"ר מלעלוב אין א שמייכלדיגע מאמענט בשעת דער בדחן ר' נחמן ליווי איז משמח ביי א שבע ברכות פון אן אייניקל.


הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אין א באגעגעניש מיט הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ביי די חופה די וואך בבית העסקן הרב אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מוויזניץ באגריסט זיך ליבליך מיט שאר בשרו הגה"צ ר' זאב ארנסטר שליט"א, אבד"ק מאור חיים ירושלים.


הגה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג די וואך.


דער בעל מנגן ר' יענקי דאסקאל הי"ו, ביים אפגעבן ברכת מזל טוב פאר האדמו"ר מפיטסבורג ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.


דער ניי-געקרוינטער חבר הכנסת הרב אליקים שטארק באזוכט ביי גאב"ד אנטווערפן, זייענדיג צו גאסט אין שטאט לכבוד א משפחה שמחה.


גאב"ד מאקאווא ביים אנצינדן די נרות שבת, וויילנדיג אויף שבת אינעם עיר האבות מאקאווא אין אונגארן.


אין א באגריסנדע שריט וועט קרן עולם התורה פארטיילן א באנוס פון 500 שקל פאר יעדן א סדר לימוד, א סך הכל פון טויזנט שקל פאר א כולל יונגערמאן וואס לערנט א גאנצן טאג. די תמיכה איז געאייגנט פאר יונגעלייט וועלכע זענען שוין חתונה געהאט דריי יאר און מער, מיט'ן ציל צו מחזק זיין די עמודי עולם עמלי התורה.


האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל אין א מחול לצדיקים מיט האדמו"ר מסאדיגורא, ביי א שמחה פארלאפענע וואך אין שטאט מאנטריאל.


היסטארישע כלא 1000 חלוקה פאר אסירי עולם התורה, ווען אזויפיל ווי 147,000 שקלים איז אויסגעטיילט געווארן דורך דער "ערבים לתורה" ארגאניזאציע פאר בחורים און יונגעלייט וואס זענען ארעסטירט געווארן צוליב זיך נישט לאזן אריינצווינגען אינעם צבא השמד, ווען יעדער פון די אסירי ציון האט ערהאלטן טויזנט שקל פאר יעדן טאג, וואס ער איז געזעסן אין תפיסה.


האחים האדמו"רים מלעלוב באגריסן זיך נאך דער מעמד החופה פארלאפענע וואך בשמחת בית לעלוב - באבוב 45.


עדות נאמנה פון האדמו"ר מפינסק קארלין ביים באזוך די וואך אין די אפיסעס פון כולל חיבת ירושלים אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי האט ארויסגעהויבן לשבח די חשוב'ע צדקה פון וואס אזויפיל טויזנטער עניי ארץ ישראל זענען נהנה ארום דעם יאר.


העסקן ר' יעקב מערמעלשטיין הי"ו אין א שמועס מיט האדמו"ר מסאטמאר נאך מעריב מוצאי שבת במקום הנופש אין נארט מיאמי, פלארידע.


האדמו"ר מלוצק ביים צאמלייגן דעם טלית נאך תפילת שחרית די וואך אינעם נאסטאלגישן קאליסקער בית המדרש אין עיר העתיקה טבריה.


האדמו"ר מקרעטשניף באדאנקט זיך פאר'ן ראש המשוררים ר' פנחס ביכלער הי"ו, אנפירער פון די מלכות קאפעליע, נאכ'ן מהנה זיין ביים שמחת החתונה דער וואך בחצרות קרעטשניף, דזיקוב וויזניץ, מעליץ, דעעש.


האדמו"ר מסאדיגורא באזוכט ביי הנגיד החסיד ר' מיכל ראזענבערג הי"ו, ראש הקהל צאנז, בעת זיין באזוך אין מאנטריאל די וואך.


הויכראנגיקער אדוואקאט אלען דערשאוויץ דערציילט פון זיינע זכרונות איבער כ"ק אדמו"ר מליסקא זצ"ל, אין א שמועס מיט נכדו העסקן הרב עזרא פרידלענדער הי"ו.


האדמו"ר מלעלוב מערקט "קרישקעס" כאחד האדם אינעם חב"ד הויפטקווארטיר 770 אין קראון הייטס.


האדמו"ר מקארלין סטאלין באטייליגט זיך די וואך ביי די חתונה פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, פארגעקומען אין ירושלים.


האדמו"ר מלעלוב ביים ווארפן עפל אין ריכטונג פון די חסידים, ביי די חתונה הגדולה פון אן אייניקל פארגאנגענע וואך.


האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים אויף א באזוך אין שטוב פון הנגיד ר' יודל מאנדל הי"ו, וואו דער רבי האט באטראכט זיין רייכן אוצר פון היסטארישע כתבי ידות און חפצי קודש. אינעם בילד ווערט דער רבי געזען ביים זאגן די פסוקי ויתן לך אין אן היסטארישן סידור פונעם של"ה הקדוש.


מכתב חיזוק פון האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע פאר חסידי סערט וויזניץ, ובראשם דער מנהיג העדה ש"ב האדמו"ר מסערט וויזניץ, וואו דער רבי איז מחזק די חשוב'ע אברכים און בחורים וועלכע האבן זיך משתתף געווען אינעם געהויבענעם סדר לימוד פון צען שעות רצופות, וואס איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם שבעה עשר בתמוז אין ק"ק סערט וויזניץ.


אייגנארטיגע עניני דיומא רעקלאמע דורך מפעל עמוד יומי דחסידי תולדות אהרן.


האדמו"ר ממבקשי ה' ביים אנשמירן "הבדלה וויין" פאר מקורבו ועומד ליד ימינו הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו פון קרית יואל, מוצש"ק חיי שרה נאכ'ן פראווען א געהויבענעם שבת אין וויליאמסבורג. ווערט געזען דער באקאנטער עסקן ומקורב לצדיקים הרה"ח ר' אלטר גאלדבערגער הי"ו.



דער באקאנטער אידישער ביליאנער ר' איזי ענגלענדער הי"ו ווערט געזען לימינו פון האדמו"ר מבאבוב ביי דער גרויסע באבובער חופה פארגאנגענע וואך.


האדמו"ר מסטראפקוב וואס האט געוויילט אין חיפה לכבוד א משפחה שמחה, ווערט געזען זיך צוזעצן צו א טעגליכן שיעור אין א לאקאלע ביהמ"ד מיט א חבורה לומדים.


הגאון רבי שמאי קהת הכהן גראס שליט"א דומ"ץ קהל מחזיקי הדת בעלזא ביים באטראכטן א ניי ערשינענע עלעקטראנישע מנורה וואס דער פלאם דערפון איז פון פייער, די מנורה קומט צוניץ אין שפיטעלער אדער פארנדיג אויף א באן וואו מ'קען אויך שלאפן, אבער נישט אין קיין אנדערע פלעצער ווי א פליגער וכדומה.


די מאסיווע הכנות צום גייסטרייכן שבת כינוס התלמידים פאר יוצאי ישיבת סלאבאדקא פארגעקומען דעם שבת אין דער בערקלי רעזארט האטעל אין ניו דזשערזי אין שפיץ פונעם ראש ישיבה הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א.


באקאנטער טשעירמאן וראש המדברים הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש ברענגט ארויף א שמייכל ביי האדמו"ר מבעלזא, אריינגייענדיג אל הקודש פנימה, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל צום צווייטן ביזנעס עקספא דורך די בעלזער קהילה.


האדמו"ר ממבקשי השם באטייליגט זיך ביים טעגליכן חוק שיעור פונעם מגיד שיעור הרה"ג ר' יואל לעבאוויטש שליט"א, קומענדיג ספעציעל מחזק זיין דעם חשוב'ן לימוד.


אלעמען באקאנטער וויזניצער בנש"ק, רבי ישראל האגער שליט"א, בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, ביים זיך איינהאנדלען דעם נייעם ליסינג שטריימל פון די שם טוב פירמע, די וואך ביים בעלזער ביזנעס עקספאו.


האדמו"ר מצאנז ביים פארלאזן דעם מעון הקודש פון אדמו"רי בית וויזניץ אויף רחוב אהבת שלום אין בני ברק, נאך א ביקור חולים באזוך ביי האדמו"ר מוויזניץ לרפואה שלמה.


המשפיע הרה"צ ר' יהודה דייטש שליט"א, טרעט אויף ביים שמחת השבע ברכות וואס ער האט צוגעשטעלט לכבוד די חתונה פונעם פרומער אייניקל פונעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו, א זון ביי זיין איידעם הרב דניאל ראט, א תלמיד חביב פונעם משפיע.


האדמו"רים מלעלוב און קהל חסידי ירושלים ביים דאווענען מעריב אינאיינעם אויפ'ן פליגער אינטערוועגנס אהיים פון ניו יארק קיין ארץ ישראל.


פראכטפולע שבע ברכות אין ירושלים, לרגל השמחה במעונו פון האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, גאב"ד מאראקא.


דער בארימטער מגיד מישרים הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א באזוכט די וואך ביי האדמו"ר מסאדיגורא וועלכער האט זיך באדאנקט פאר רבי יוסף חיים פאר די שיעורים נפלאים פון ווער ער זעלבסט איז נהנה כסדר.


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא מערקט "קרישקעס" אנגעטון מיט שטיוול, כמנהג המקום אין שיכון סקווירא בעת צו זיין באזוך פאריגע וואך אין די סקווירא שטעטל.


גדולה תשובה: אייגנארטיגע תשובה פון הגאון ר' משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה צו האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים נאכ'ן אנפרעגן דעם גאון איבער א שאלה בנוגע דעם זמן פדיון הבן פון נכדו הנולד לו למז"ט.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א שמועס מיט העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין הי"ו, געוועזענער הויז-בחור ביי אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.


האדמו"ר מפינסק קארלין מערקט "קרישקעס" אויף די וויליאמסבורגער גאסן, אנגעטון בטלית און תפילין, זייענדיג ארומגענומען מיט חסידים.


ר' יהושע העשל היימאן פון די פאפולערע "קול הציבור" טעלעפאן ליניע גיבט איבער זיינע רגשים ביי די צווייטע בעלזער ביזנעס עקספאו די וואך.


הרב אייזיק דאסקאל הי"ו ראש העסקנים בחצר הקודש סאטמאר, אין א צונויפטרעף מיט הרב שמעון בוקשפאן נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אויף די וויליאמסבורגער גאסן.


נייע אייגנארטיגע גליון פאר סאטמארע קינדער "סאטמאר שבת טיש", אין פארעם פון א שמועס פון א טאטע מיט קינדער, מיט די נעמען פון צדיקים לבית סיגוט סאטמאר.


כלשון איש ואיש: בארימטע "נקדישך" גליון אנגעהויבן ערשיינען אויך אויף ענגלישע שפראך.


המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב איז משמח ביי די גרויסע לעלוב'ער חתונה פארלאפענע וואך אין בארא פארק.


האדמו"ר מפיטסבורג אין א ריקוד מיט שלוחה דרבנן העסקן הרב מרדכי בבציק הי"ו, נאמן בית האדמו"ר מגור.


גיגאנטישע חלה ווערט ארויפגעברענגט על שלחן מלכים ביי די חתונה די וואך פון הכלה בתו היחידה פון האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, גאב"ד מאראקא.


הרב חיים שלמה פישער הי"ו, משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, באגריסט הרה"ח ר' מענדל ליפשיץ שליט"א, משב"ק הרה"ק רבי יהודה מסטיטשין זי"ע, ביים באזוך די וואך פון האדמו"ר מסטיטשין ביי האדמו"ר מסאטמאר אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מוויזניץ ביים בודק זיין די ציצית כמנהג ישראל תורה נאך קידוש לבנה די וואך ברחובות קרית וויזניץ.


קאזאקן טאנץ פארשטעלונג ביי די חתונה די וואך בחצר הקודש באבוב 45, וואו די בחורים האבן אהערגעשטעלט א דאמינא טראסקע אפעקט.


ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א ביים אנטון פאר נכדו החתן א בגד קודש פונעם הייליגן קאזשניצער מגיד זי''ע, אין דעם עת רצון איידער'ן ארויסגיין צו די חופה.


א ברכת מזל טוב פאר ידידנו העומד לימין המערכת ר' אלי' דויטש הי"ו, פון די פירנדע עסקנים אין שטאט ביתר, לרגל די שמחת הבר מצוה פון זיין זון למזל טוב.


האדמו"ר מבאבוב ווישט א טרער בשעת די רירנדע חרוזין ביים מעמד הקבלת פנים פון אן אייניקל, וואו מען האט דערמאנט זכות אבות, וואס קומען אראפ זיך משתתף זיין ביי די שמחה.


האדמו"ר מדעעש אין א ריקוד מיט זיינע אור אייניקלעך ביי א משפחה שמחה דער וואך.


הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א, גאב"ד צאנז שיכון ג', ווערט געזען אינעם JFK לופטפעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ארץ ישראל נאך א לענגערע באזוך אין ניו יארק.


האדמו"ר מוויזניץ אין א ריקוד מיט די ילדי החמד פון קהל ישועות משה וויזשניץ אין אשדוד, בעת דעם רבי'נס געהויבענעם באזוך דער וואך בקרב הקהילה.


א ריזיגע שאטער ווערט אויפגעשטעלט ביים וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג, וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן דער יערליכער מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי חסידי סאטמאר.


הרה"צ ר' דוד אלתר שליט"א, בנו הצעיר פון האדמו"ר מגור, אין א באגעגעניש מיט הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא ביי א שמחה די וואך.


"קרישקעס" באמערקט הגה"צ אבד''ק סאטמאר ירושלים שליט"א אין א שמועס מיט הרבני הנגיד הרב יואל לאנדא שליט"א ארויפגייענדיג די שטיגן פון די פרדס פיגא זאל אויפ'ן וועג ארויס פון א שמחה.





תגובות


bottom of page