האד' מוויזניץ פראוועט שבת אין נייעם ביהמ"ד "ישועות משה וויזניץ" אין אשדוד, און שטעלט א דיין פאר די יונגע יונגעלייט
דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
חסידי וויזניץ תושבי אשדוד האבן מיטגעהאלטן א לעכטיגן דערהויבענעם שבת "מקדש מלך" אינעם נייעם ביהמ"ד "ישועות משה וויזניץ" אין אשדוד, במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט געפראוועט דעם שבת אויסשליסליך מיט די חברי הקהילה. שבת איז אויך געפראוועט געווארן די שבת עליה לתורה מוקדם פונעם חתן הרב נתן נטע ארנסטר הי"ו ממצויני תלמידי ישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ, בן הרה"ג ר' שמעון ארנסטר שליט"א מחשובי בני הקהילה באשדוד און אן אייניקל פון הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים צפת, א שוואגער פונעם רבי'ן שליט"א, עב"ג הכלה תחי', אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, בת הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א – ווען די שמחת האויפרוף וועט פארקומען אי"ה דעם קומענדיגן שבת ביים זיידן הגה"צ אב"ד מאור חיים אין צפת.
ערב שבת קודש, פאר'ן ארויספארן קיין אשדוד, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען פוקד זיין ציון אביו הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע לקראת דעם שבת מרומם. נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין אשדוד, וואו די חסידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן פארנט פון בית האכסניא און מקבל פנים געווען בשירה וזמרה.
אינעם בית האכסניא האט דער רבי אנגעטון דעם שטריימל פאר זיין אייניקל החתן, און דערנאך ארויסגעקומען אין ריכטונג פון ביהמ"ד, וואו דער ציבור האט באגלייט דעם רבי'ן ברחובה של עיר מיט ניגוני שמחה. אנקומענדיג בשערי בית המדרש האט דער רבי קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און דערביי ווארעם אנגעוואונטשן די עסקנים, גבאים און אלע בני הקהילה אז די תפילות במקום הקדוש הזה זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. דערנאך איז דער רבי אריין אינעם היכל ביהמ"ד, וואו ער האט מפליא געווען דעם פאר והדר און אנגעהויבן ניגוני שבח והודאה.
מיט מנחה האט דער רבי מכבד געווען דיין הקהילה הגאון רבי חגי משה צין שליט"א. נאך מנחה האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, וואו ער האט אויסגעדרוקט זיינע טיפע הרגשים, און מרחיב געווען איבער די גרויסע אהבה וואס מען האט געשפירט אלע יארן אין אשדוד, ווי די ארטיגע חסידים זענען געשטאנען לימינו מיט גרויס איבערגעגעבנקייט.
ביים טיש פרייטאג צונאכטס, האט דער רבי מרחיב געווען אז עס זענען דא פארהאן נאך אסאך פון די עלטערע וואס געדענקען די עבודת הקודש פונעם טאטן הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, און עס איז א חוב איבערצוחזר'ן די לעכטיגע זכרונות, ובפרט פון די ברענעדיגע שבתים בצל קדשו, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט פילע עובדות וסיפורים ווי אזוי עס האט אויסגעזען א שבת ביי די וויזניצער רבי'ס. שפעטער ביים פירות טיש האט דער רבי מרחיב געווען מיט יסודות איתנים באורחות החסידות. דער טיש האט זיך פארצויגן קרוב צו פינף און א האלב שעה, און דערנאך האט דער ציבור באגלייט דעם רבי'ן לבית האכסניא.
שבת צופרי האט מען באגלייט דעם חתן פון זיין שטוב, און דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון ביהמ"ד לקראתם. ביי שחרית האט דער רבי צוגעשיקט צום עמוד אויף הויכן שמונה עשרה דעם פלימעניק הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א, נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. ביי קריאת התורה האט מען אויפגערופן דעם חתן צו שלישי און דער רבי איז מיט אים געטאנצן מיט דעם ניגון המקובל. הרב ישראל מנחם נחום רוקח האט עולה געווען מפטיר, און דער רבי שליט"א האט אים געהייסן מאכן א "מי שברך" לרפואתו השלימה פון זקינו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
שלש סעודות האט דער רבי שליט"א געפראוועט אינעם אכסניא אינאיינעם מיט די תורמים וועלכע האבן מוזיל געווען מכספם פאר דעם שבת. מוצאי שבת קודש איז אפגעהאלטן געווארן דער צענטראלער מעמד "חנוכת הבית" פונעם נייעם ביהמ"ד, בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות ביז אין די שפעטע נאכט שעות, וואו דער רבי האט אויך גערעדט א פריוואטע שמועס מיט הדרכות ישרות פאר די יונגעלייט.
זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די קהילה פון צעירי האברכים אין אשדוד. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מדברות קדשו דברי הדרכה לבני הקהילה, און בתוך דבריו האט דער רבי אויפגענומען הגאון רבי שמואל אליעזר גרינבערגער שליט"א, זון פון הגאון רבי ישראל גרינבערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ אלעד, וועלכער וועט געשטעלט ווערן אי"ה אין די קומענדיגע זומער חדשים הבעל"ט אלס דיין פון די קהילה פון די יונגע יונגעלייט אין אשדוד. דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין בני ברק.








































































תגובות