top of page
קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים אנוואונטשן א יתום מיט א פאטערליכע ליבשאפט ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פון הרה"צ רבי שמואל אליהו אהרן לאנדא ז"ל, בן האדמו"ר מדראהביטש זצ"ל, און איידעם ביי הרה"ג רבי דב בעריש אייכלער שליט"א, ראש ישיבת משנת אליעזר. האדמו"ר ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם, פארברענגט מיט ידידו ורעו הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א ממשפיעי ברסלב ביי א שמחה די וואך. האדמו"ר מלעלוב טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונ


ביקור גומלין: האד' מסטריקוב באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין באזוך ביי שאר בשרו מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א, זיך צו באדאנקען און אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די געוואלדיגע כוחות וואס די ראש הישיבה האט אריינגעלייגט אין די פארגאנגענע צוויי וואכן, להצלחת המערכה ביי די וואלן אין ארץ ישראל. במשך דעם באזוך איז אויך ארומגעשמועסט געווארן איבער די אזוי גערופענע חרדי'שע פארטייען, וועלכע האבן פרובירט צוצונעמען


אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן שמחת הנישואין פון נכדת הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין די וויזניצער הויף איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די חתונה הרוממה פון א אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, די כלה, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' בנציון מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד קרית באבוב בת ים שליט"א, מיטן חתן, א זון פון הרה"צ ר' ישראל שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א. די שמחה


שמחת החתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א פארגעקומען אין בני ברק
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש א גרויסן עולם האט פארלאפענעם וואך מיטגעהאלטן די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב החסיד ר' שמחה פעלזנבערג שליט"א מחשובי חסידי בעלזא אין חיפה, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק.


פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" פון נייעם בנין בית חינוך לבנות פון מוסדות וויען אין מאנסי
מוצאי שב"ק פרשת וירא • כ' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט JDN מיט גרויס התרגשות און עקסטאזפולע הרגשים האבן הונדערטער חסידי וויען, תושבי מאנסי, הורי תלמידות "בנות חנה וויען" און נדיבים נכבדים זיך פארזאמלט צום געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פאר'ן לרגל די התחלת הבנוי' פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין פונעם בית חינוך לבנות "בנות חנה וויען" וואס וועט אי"ה בקרוב געבויט ווערן בתוככי העיר. די וויענער מוסדות אין מאנסי וועלכע שטייט אונטער די פערזענליכער הדרכה פונעם נשי


נועם ישראל: סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל
פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי לוי דעם מאנטאג נאכט, ליל ט"ז מרחשון, איז אין חצר הקודש קרעטשניף – קרית גת אפגעצייכנט געווארן די זיבעטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל "נועם ישראל" מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, ביים געהויבענעם מעמד סעודת הילולא און סיום הש"ס, אין שפיץ פון בנו וממלא מקומו, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א. בליל ההילולא האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור, סעודת ההילולא און סיום הש"ס, אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון "רמות ד


גייסטרייגע מעמד כבוד התורה אין כולל תפארת יעקב יוסף ספינקא | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


המלכים נועדו: האד' מדושינסקיא באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש. בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון אן אייניקל, האט דעם דינסטאג נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בבית נאוה קודש אין וויליאמסבורג, וואו די רבי'ס האבן פארפירט א שיינעם שמועס איבער דער התחלת הזמן אינעם עולם הישיבות, און די דרך הלימוד סיי אין די סאטמארער ישיבות און סיי אין די ישיבות דקהל בית יוסף צבי דושינסקיא. מענין לענין האבן די רבי'ס


בני ברק: הערליכע שמחת נישואין געפראוועט בחצר הקודש נדבורנא
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט רגשי שמחה והודאה האבן פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה און חסידי נדבורנא בפרט, מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין בחצרות הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יעקב יוסף ניישלאס שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א, מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הרה"צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מ


בשבת אחים: האד' מקרעטשניף סיגעט באזוכט ביי האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו, האט די וואך אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי אחיו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו די רבי'ס האבן ברידערליך פארברענגט א לענגערע וויילע בשבת אחים גם יחד, בדברי תורה, סיפורי צדיקים און זכרונות פון אמאל. בין השיחין האט מען געטרונקען לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן ריקוד של שמחה.


יחליפו כח: האד' מראחמיסטריווקא וויילט אין סיגעיט אויף אפרוה
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שווערע קאר עקסידענט
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכט העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף אין ירושלים, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און יבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים. דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן איין זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זון, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן קאר עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרי


צור צדיק: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בצל האד' מטשארנאביל
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


סעודת שלושים און התחלת כתיבת ספר תורה לזכרו פון כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי שווארץ,JDN ככלות השלושים להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל, איז נעכטן אין די פארמיטאג שעהן פארגעקומען די מעמד עליה לציון אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאנט אין שפיץ פון דעם רבינס קינדער הרבנים שליט"א, שפעטער נאכמיטאג איז אפגעראכטן געווארן די מעמד סיום ששה סדרי משנה און התחלת כתיבת ספר תורה לעילוי נשמתו הטהורה אין דזשירקא ביהמ"ד אין בארא פארק וואו א גרויסן ציבור חסידים ומוקירי זכרו פונעם רבי'ן זצ"ל הא


שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מוויען און אבד"ק נייטרא מאנסי | בילדער גאלעריע
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב,JDN שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הרה"צ ר' יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב יהושע ווייסמאנדל שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' פנחס אלי' קופפערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק וואולקאן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויען אין וויליאמסבורג.


האד' ממונקאטש באזוכט אויפן שטח הבני' פון נייע בנינים פאר מוסדות מונקאטש מאנסי לקראת חגיגת הנחת אבן הפינה
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך תלמידי וחסידי מונקאטש און די פילע חשוב'ע עלטערן פון די מונקאטשער מוסדות אין מאנסי צום "מעמד הנחת אבני הפינה", וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה הבעל"ט, וואו מען לייגן דעם יסוד פאר צוויי נייע בנינים אדירים לה' ולתורתו: א בנין פאר "ישיבה יודעי בינה מונקאטש" און א בנין פאר "תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש". דער מעמד וועט פארקומען אויפן גרויסן נייעם שטח אין דער עירמאונט געגנט אין מאנסי, וו


שמחת נישואין בחצרות טשערנאביל - פארשעי - דזיקוב - סטאניסלאוו אלעסק פייערליך געפראוועט אין מאנסי
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ., אברומי בערגער,JDN חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הרוממה, שמחת נישואין בחצרות טשערנאביל - פארשעי - דזיקוב - סטאניסלאוו אלעסק, וואס איז פארלאפענע וואך אפגעראכטן געווארן בשמחה ובצהלה, בסימן טוב ומזל טוב. בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הגה"צ ר' יעקב בער אשכנזי שליט"א אדמו"ר מסטאניסלאוו אלעסק מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה


אויסגאבע טישל • פרשת וירא
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


זריזין מקדימין: האד' מסאטמאר באזוכט אין בית האופה אין קרית יואל צום אנהייב פון אפיית המצות סעזאן
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די טעג ווען מען האט אנגעהויבן דעם מצות באקן סעזאן אינעם בית האופה דקהל יטב לב אין קרית יואל, ווען די מאסיווע פראדוקציע צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות' לקראת חג הפסח הבעל"ט איז אין פולן שוואונג, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה צו מיטהאלטן דאס מצות באקן און מפקח זיין אויף די ארבעט, זיכער צו מאכן אז אלעס גייט צו מיט די גרעסטע מאס הידורים וואס זענען איינגעש


מי ראה אלו יוצאים: צענדליגע אדמור"ים ורבנים אפגעגעבן זייער שטימע ביי די קריטישע וואלן אין ארץ ישראל
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שטייענדיג נאך די בחירות אין ארץ ישראל, זעהט זיך אן די געוואלדיגע קידוש שם שמים וואס איז געשאפן געווארן דורך שלומי אמוני ישראל, די אלע אידן פון פארשידענע קרייזן וואס האבן זיך אנגעשטרענגט אויסצופאלגן די הוראת הקודש פון די גדולי הדור, און ארויסגעקומען אין די מאסן שטימען פאר די חרדי'שע פארטייען, להגדיל תורה ולהאדירה, אריינצוברענגען שטארקע כוחות צו קענען לוחם זיין קעגן די רדיפת הדת בארץ הקודש. אין לויף פון די לעצ


bottom of page

