האד' ממונקאטש באזוכט אויפן שטח הבני' פון נייע בנינים פאר מוסדות מונקאטש מאנסי לקראת חגיגת הנחת אבן הפינה
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך תלמידי וחסידי מונקאטש און די פילע חשוב'ע עלטערן פון די מונקאטשער מוסדות אין מאנסי צום "מעמד הנחת אבני הפינה", וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה הבעל"ט, וואו מען לייגן דעם יסוד פאר צוויי נייע בנינים אדירים לה' ולתורתו: א בנין פאר "ישיבה יודעי בינה מונקאטש" און א בנין פאר "תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש".
דער מעמד וועט פארקומען אויפן גרויסן נייעם שטח אין דער עירמאונט געגנט אין מאנסי, וואו עס וועט בס"ד אויפגעבויעט ווערן דער נייער בנין הישיבה, וואו עס וועלן צוזאמקומען הונדערטער חסידים וידידים, הורי המוסדות, תלמידי הישיבה און ילדי התלמוד תורה, בראשות דער נשיא המוסדות, כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
דער געוואלדיגער וואוקס פון די מוסדות במשך די פארלאפענע יארן, מיט אירע הונדערטער תלמידים בליעה"ר, האט געברענגט דעם נויט אז די הנהלת המוסדות זאל אונטערנעמען די מאסיווע בוי־פראיעקטן להרחבת גבולי הקדושה, אפצוקויפן צוויי באזונדערע שטחים אין דער עירמאונט געגנט, וואו עס וועלן בעז"ה אויפגעבויעט ווערן די צוויי נייע פראכטפולע בנינים, ספעציעל אויסגעפלאנט און צוגעפאסט פאר די באדערפענישן פון א ישיבה און א תלמוד תורה.
דער בנין הישיבה וועט פארמאגן א גרויסן היכל בית המדרש, א מקוה, שיעור־צימערן, א פרעכטיגן זאל מיט א חדר אוכל און אן אוצר הספרים. דער ריזיגער בנין התלמוד תורה אין גרויסגייט פון 55 טויזנט סקווער פיס, וועט פארמאגן צענדליגע קלאס־צימערן, א גרויסן חדר אוכל, א שיינעם היכל התפלה און אפיסעס פאר די הנהלת המוסדות.
די בוי־ארבעט אויף ביידע שטחים האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע וואכן צוריק, מיטן איינווארפן די אלטע געביידעס, און מען מאכט שוין גרייט דעם באדן צו קענען אנהויבן בויען די גיגאנטישע בנינים פאר די מבצרי התורה והחינוך.
אין די פארגאנגענע וואכן איז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, מערערע מאל געזיצן מיט די עסקנים פונעם ועד קרן הבנין, און האט שוין אויך פערזענליך באזוכט סיי דעם שטח הישיבה און סיי דעם שטח התלמוד תורה, כדי זיך צו באקענען מיט די עבודת הבני' פונדערנאנט.
די מעמד זונטאג וועט באקרוינט ווערן מיט השתתפות כבוד פון די אדמור"י ורבני העיר מאנסי, וועלכע וועלן קומען לקבל פני כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און זיך מיטפרייען מיט דער הרחבת גבולי הקדושה אין דער עיר התורה והחסידות
די צוגרייטונגען צום גרויסן מעמד זענען אין פולן שוואונג. די חברי הוועד און עסקני המוסדות ארבעטן מיט אלע כוחות אהערצושטעלן דעם מעמד אויף א פייערליכן און געהויבענעם פארנעם, כראוי וכיאות פאר אזא זעלטענער מאורע.












תגובות