top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת נישואין בחצרות טשערנאביל - פארשעי - דזיקוב - סטאניסלאוו אלעסק פייערליך געפראוועט אין מאנסי

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ., אברומי בערגער,JDN

חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הרוממה, שמחת נישואין בחצרות טשערנאביל - פארשעי - דזיקוב - סטאניסלאוו אלעסק, וואס איז פארלאפענע וואך אפגעראכטן געווארן בשמחה ובצהלה, בסימן טוב ומזל טוב.


בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הגה"צ ר' יעקב בער אשכנזי שליט"א אדמו"ר מסטאניסלאוו אלעסק מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א ראש ישיבת תורת ישראל פארשעי, זון פון כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר הורוויץ שליט"א האדמו"ר מדזיקוב מאנסי.


די שמחת החתונה איז אפגעראכטן געווארן אין מאנסי, מיט'ן השתתפות פון פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה, ידידים ומעריצים פון די מחותנים שליט"א, וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט צוזאמען מיט די חסידים פון אלע הויפן.



תגובות


bottom of page