חסידי אמשינוב און תושבי ביתר האבן באגלייט למנוחות מרת מיליקובסקי ע"ה שנור פון האד' מאמשינוב
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בקול נהי ובכי תמרורים, האבן מאסן חסידי אמשינוב באגלייט למנוחת עולמים די חשובע אשת חיל מרת חיה לאה מיליקאווסקי ע"ה, אשת הרה"צ רבי משה מיליקאווסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וועלכע איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 34 יאר, איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדער-געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע, און עדת חסידי אמשינוב בכל מקום שהם צושוידערט און צובראכן נאכן ערהאלטן די בשורת איוב בפתע פתאום.
זונטאג אוונט תיכף נאך די פטירה ארום עלף אזייגער ביינאכט ווען כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט ערהאלטן די ידיעה קשה, האט מען אפגעשטעלט די נאכאנאנדע הזכרות – אריינגערעכנט קריטישע הזכרות פון פיקוח נפש, וואס דער רבי טוט געווענדליך אויפנעמען בכל עת וזמן.
דער רבי שליט"א האט זיך אריינגאלאזט בעובי הקורה און פערזענליך באשטימט אלע סדרי הלוויה. דער רבי האט באשטימט אז די לוויה זאל ארויסגיין שוין צוויי אזייגער אויפדערנאכט טראץ די שפעטע שעה, צוליב די הקפדה נישט צו לאזן איבערנעכטיגן א מת, און איז פערזענליך איבערגאגאנגען דעם פונקטליכן כרוז אויף די לוויה וואס איז ארויסגערופן געווארן דורך די הויכהילכערס איבער די גאסן פון ביתר.
דער רבי שליט"א וועלכער רעכט אפ זיין געהויבענע עבודה פון שבת קודש ביז דינסטאג אויפדערנאכט, האט צוליב די אבלות געמאכט הבדלה און תיכף ארויסגעפארן קיין ביתר.
דער רבי איז צום צוגעפארן צום זאל פונעם אמשינובער שטיבל וואו די מיטה האט זיך געפונען, און די בני המשפחה האבן זיך דארט געזעגנט. שפעטער נאכן זיך געזעגענען פון זיין חשובער שנור, און מחזק זיין די צובראכענע משפחה איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען ברחובה של עיר פראנט פונעם שטיבל, וואו עס זענען געווען פארזאמלט שווערע הונדערטער חסידים און תושבי העיר טראץ די גאר שפעטע שעה. צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזען דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאופעלא שליט"א, און דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר.
דורכאויס דעם גאנצן מסע הלוויה איז געווען ניכר דער גרויסער צער אויפן רבינ'ס געזיכט. כמנהג אמשינוב זענען נישט געהאלטן געווארן קיין הספדים, בלויז געהערט קורצע דברי פרידה איז איז געהערט געווארן פונעם פעטער הרה"ח ר' אברהם חיים בן שם שליט"א מחשובי חסידי אמשינוב, וועלכער האט ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן פון די נפטרת, און באזונדער איר שטארקע איבערגעגעבנקייט שטייענדיג לימינו פון איר מאן ר' משה וועלכע איז אזוי געטריי פארן גרויסן טאטן און לכל קהלא קדישא.
קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן ווען די קליינע יתומים האבן געזאגט קדיש, בשעת דער רבי שליט"א קוקט זיך צו מיט גרויס ווייטאג. דערנאך האט מען באגלייט די מיטה א כברת דרך אראפ די גאס, זייענדיג א ווייטאגליכע סצענע ווען דער אלמן הרה"צ ר' משה באגלייט זיין אשת נעורים אנגעכאפט מיט זיינע קינדערליך די יתומים, און דער ראש המשפחה דער רבי שליט"א באגלייט נאך זיי בראש המלוים.
פון ביתר האט זיך דער מסע הלוויה ארויסגעלאזט קיין ירושלים. ארום 3:30 איז מען אנגעקומען אין בית וגן, וואו די מיטה איז אריינגעפירט געווארן צום פאליש פונעם בית המדרש אמשינוב, די קינדער האבן ווידער געזאגט קדיש, און מען האט ווייטער באגלייט די מיטה דורך די גאסן פון שכונת בית וגן.
דערנאך איז מען ארויסגעפארן צום הר המנוחות. דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די גאנצע לוויה ביז נאך סתימת הגולל, וואס איז פארגעקומען הארט פארן עלות השחר. נאך די קבורה האט מען כנהוג געזאגט דעם קאפיטל "מכתם לדוד", וואו דעם רבינ'ס קול בכי ואנחה האט נישט איבערגעלאזט קיין טרוקן אויג.
נאכן קדיש האט דער רבי שליט"א אין א זעלטענעם שריט משמיע געווען הארציגע דברי פרידה אין גאר קורצע דיבורים, בעטנדיג פערזענליך מחילה פון די נפטרת פארן נישט טון גענוג פאר איר, זאגנדיג: "איך האב געקענט טון מער", און געבעטן זי זאל זיין א מליצה ישרה פאר אים, פאר איר חשוב'ן מאן רבי משה, פאר די פרישע יתומים, די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
אינדרויסן פונעם בית החיים האט דער רבי מנחם אבל געווען די אבלים צווישן די שורות. עס איז שוין געווען קרוב צו פינף אזייגער פארטאגס ווען דער רבי שליט"א האט זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אין בית וגן.







תגובות