top of page
וילכו שניהם יחדיו: האחים האדמו"רים מקארלין סטאלין און לוצק וועלן אנקומען קיין לאנדאן לרגל א משפחה שמחה
מוצאי שב"ק פרשת חיי שרה • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש תושבי לאנדאן וועלן די וואך מקבל פנים זיין צוויי געהויבענע געסט, די ברידער כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א און כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א, וועלכע וועלן אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט לרגל א משפחה שמחה. די רעדע איז פון די חתונה פונעם חתן, יונגסטן קינד ביי זייער שוואגער הגה"צ ר' יעקב ברוך לעדערייך שליט"א, אבד"ק קארלין סטאלין אין בארא פארק, מיט די כלה, א טאכטער פון הרה"ג ר' צבי שרייבער שליט"א רב ביהמ"ד חתם סופר אין לאנדאן


איניציאטיוו צווישן עדת חסידי גור: אלוועלטליכע סדר לימוד מוצאי שב"ק לזכותו ולרפואתו פונעם רבי'ן
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין ליכט פון די פרישע אנטווילונגען אין דער מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס פארלאנגט אז דער רבי זאל דארפן פאר עטליכע מאל א וואך אריינפארם אין שפיטאל פאר דיאליסיס באהאנדלונגען, וואס שוואכט אפ דעם רבינס כוחות, איז אונטערגענומען געווארן א ספעציעלע איניציאטיוו צווישן חסידי גור, מיט'ן ציל צו מעורר זיין זכותים לרפואתו השלימה פון דעם רבי'ן. לויט'ן באשלוס פונעם רבינס קינדער וברכתו והסכמתו פונעם רבי'ן, וועט מען דעם קומע


אהבת קדומים: האד' ממאחנובקא בעלזא וועט מיטהאלטן שבת עילאה בצל ש"ב האד' מסקווירא
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש ברגשי עילאה און טיפע געגועים ווערט אויפגענומען בחצרות הקודש סקווירא און מאחנובקא בעלזא איבער א היסטארישן שריט וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס וועט מיטלעבן א שבת קודש לה' בצלא קדישא פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בקרית מלך רב שיכון סקווירא דעם קומענדיגן שבת פר' תולדות. די נאנטשאפט און התקשרות פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא קיין סקווירא גייט צוריק נאך כד הויא טליא, ווען דער רבי איז אלס


חסידי וויזניץ מאנסי אין שכונת יוניאן גרייטן זיך צו ערשטמאליגן שבת בצל הקודש פון האד' מוויזניץ מאנסי
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ מאנסי זענען איינגעהילט אין א רגש דקדושה ווען עס איז געמאלדן געווארן די פרייליכע בשורה אז דעם קומענדיגן שבת פרשת ויצא ווען מען וועט זוכה זיין אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט פראווען אן ערשטמאליגע שבת אין שכונת יוניאן בתוככי עיר מאנסי. דעם וויזניצער רבי'נס באזוך אויף א שבת אין א אנדערע שכונה פון מאנסי, ווערט אויפגענומען אלס א היסטארישער נייעס, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי האט באוויליגט דאס צו ט


עיר העתיקה: האד' ממאחובקא בעלזא וועט פראווען א שבת מיט נגידים אין אלטשטאט ירושלים
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די טעג גרייטן זיך א צאל נדיבי עם קודש, חסידי מאחנובקא בעלזא, מיטצולעבן א פראכטפולן שבת "ועידת הנשיאות העולמית" דחסידי מאחנובקא בעלזא, אין עיר העתיקה אלטשטאט ירושלים, סמוך ונראה צום שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי, במחיצת הקודש פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. די חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן צום מקום המקדש איז ידוע לכל, און ביי יעדע געלעגנהייט וואס דער רבי געפינט זיך אין ירושלים, וועט ער


באו ונצא: "קרית בעלזא – מערב קרית גת" פרישע דראסטישע לעזונג פאר דירות-קריזיס אין ארץ ישראל
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א פרישע דעפרייענדע דורכברוך צו לעזן דעם שווערן דירות-קריזיס אין ארץ ישראל, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א די אויפבוי פון א שפאגל-נייער ישוב "קרית בעלזא" אין די אויפבליענדע חרד'ישע קווארטלען אין "קרית גת", וואס אנטשפרעכט אהערצושטעלן הונדערטער דירות פאר חסידי בעלזא וואס וועלן זיך אהינציען וואוינען מיט הרחבת הדעת. פארלאפענע וואך זענען אריין בקודש פנימה צום בעלזער רב שליט"א די רא


העסקן ר' משה שמילאוויטש הי"ו ערוועלט אלס מעיאר פון טאון אוו בלומינגבורג וואס נעמט אריין סאטמארער ישוב קרית ייטב לב
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אינצווישן די פאזיטיווע רעזולטאטן פון די נעכטיגע מידטוירם וואלן אין ניו יארק, איז נאך א מוניציפאליטעט צוגעקומען אונטער דער פירערשאפט פון א חסידישן מעיאר, נאכדעם וואס העסקן ר' משה שמילאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר האט געווינען די מעיאר פאזיציע אין טאון אוו בלומינגבורג, וואס נעמט אריין דעם סאטמארער בליענדע ישוב קרית ייטב לב. די הונדערטער איינוואוינער פון קרית יטב לב האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די געווינס, און במיוחד אי


ברוך הבא: האד' מלעלוב וועט אנקומען קיין ניו יארק לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי ומעריצי בעת לעלוב אין אמעריקא גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות און עקסטאז מקבל צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער קומט צופארן מהתם להכא ממעון קדשו אין בית שמש קיין ניו יארק, לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל. די וואך מוצאי שבת פרשת חיי שרה נאך הבדלה, אין ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש, וועט פארקומען די מעמד צאתכם לשלום, און שפעטער אין די נאכט וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג קיין ניו


האד' מוויזניץ וומסב"ג ערווארטעט צוגאסט אין ארה"ק לרגל השמחה במעונו; שבת שבע ברכות אין קרית וויזניץ בני ברק
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ אין ארץ הקודש גרייטן זיך מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן פרשת וישלח אנקומען צוגאסט אין ארץ הקודש, צוזאמען מיט הונדערטער חסידים וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע נסיעה, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין די שמחת החתונה פונעם רבינס אייניקל, און די נאכפאלגנדע שבת שבע ברכות וואס דער רבי וועט פראווען אין קרית וויזניץ בני ברק, בצוותא חדא מיט שאר בשרו מרן א


ביקור תנחומין: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי הרב משה מיליקובסקי בן האד' מאמשינוב נאכן אויפשטיין פון די שבעה
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע איז היינט אויפדערנאכט אנגעקומען קיין ביתר צו באשיינען די שמחת התנאים פון אן אייניקל, האט נאכן זיך משתתף זיין ביי די שמחה, אפגעשטאט א ביקור תנחומין ביי הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלכע האט זיך היינט אויפגעשטעלט פון די שבעה נאך די טראגישע פטירה פון זיין אשת חיל ע"ה, וועלכע איז נפטר געווארן אין א בליענדן עלטער, איבערלאזענדיג נאך זיך


אויטא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א באקומט חותם ההכשר פון מפעל לטהר שע"י ק"ק סקווירא
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין נאך א מאסיווע פאראויס שריט אינערהאלב די פעולות לטובה דורך מפעל "לטהר" שע"י חסידי סקווירא, וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן זיך אפצוהיטן פון די פגעי הטעכנעלאגיע, איז אין די לעצטערע טעג - נאך לאנגע חדשים פון הארעוואיניע - ענדגילטיג אהערגעשטעלט געווארן א נייע סארט 'קאר פילטער' צו קענען פילטערן אלע קארס וועלכע קומען מיט אפענע אינטערנעט אדער AI, און באזונדער איז מען אויפגעקומען מיט א העכסט געניאלע געדאנק אז א יעדע קאר וועלכע


האד' מראחמיסטריווקא שליסט זיך אן בצירופא דרבנן אויף די היסטארישע נסיעה לטוב
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א ווייטערדיגן אנטוויקלונג איבערן היסטארישער נסיעה פון די גדולי ומאורי הדור קיין אייראפע לטובת דער קרן עולם התורה, האט זיך כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א היינט ארויסגעלאזט אין וועג קיין לאנדאן, וואו דער רבי וועט, אויפ'ן פערזענליכן פארלאנג פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, זיך אנשליסן בצירופא דרבנן אויף דער היסטארישער נסיעה. שוין זינט דער גרינדונג פון קרן עולם התורה שטייט דער ראחמיסטריווקא רבי מיט מיט


האד' מוויזניץ לאנדאן וועט פראווען "שבת חנוכה" בקרב חסידיו אין שטאט אנטווערפען
פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ אין אנטווערפען האבן זיך אנגעהויבן גרייטן מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן שבת פ' מקץ - שבת חנוכה אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט, און פראווען דעם געהויבענעם שבתא דריגלא בקרב עדת תושבי העיר. יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן אויף א שבת קיין אנטווערפען אויף וואס די חסידים קוקן ארויס א גאנץ יאר דינענדיג אלס א קוואל פון חיזוק פאר די גאנצע שטאט, ווען אין די זעלבע


האד' מוויזניץ מאנסי אין א זעלטענעם רוף צו חסידים צו שטימען בלויז פאר קאנדידאטן אינדארסירט דורך די מוסדות
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר די וואלן וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, נעכטן מיטוואך אין א זעלטענעם ערשייונג אויפגעפאדערט פון די חסידים ארויסצוגיין שטימען בלויז פאר די אפציעלע מוסדות אינדארסירטע קאנדידאטן. די רבי שליט"א האט איבערגעגעבן די חובת השעה אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע וואלן בעת די דרשת פתיחת הזמן פאר די אברכי הכולל, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם בלבול וואס הערשט אין די אלגעמיי


הכנה דרבה צו ערשטער חתונה פון אן אייניקל ביי האד' מלעלוב על אדמת אמעריקע
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בשמחה רבה וחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן לעלובער חסידים און מעריצים אין ניו יארק צו די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן על אדמת אמעריקא און טוט אויפברענגען נאסטאלגישע הרגשים ביי אלע תלמידים וחסידים גרייכענדיג דעם געהויבענעם מאמענט. די שמחת הנישואין וואס איז באשטימט אויף דעם קומענדיגן ראש חודש כסליו, טראגט א היסטארישע באדייט, נ


הכרת הטוב: האד' מצאנז באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א נאכפאלגנדיג די קריטישע וואלן
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין טיפע הכרת הטוב און באדאנקט דעם ראש הישיבה בשם די רבבות אלפי ישראל יושבי ארץ הקודש, פאר זיין אויסטערלישע מסירות נפש, בטרחא דגופא ובטרחא דגברא רבה, וואס ער האט גענומען אין די לעצטע צוויי וואכן, מכתת רגליו צו זיין לארכה ולרחבה פון גאנץ ארץ ישראל, למען הצלחת המערכה פאר'


חסידי אמשינוב און תושבי ביתר האבן באגלייט למנוחות מרת מיליקובסקי ע"ה שנור פון האד' מאמשינוב
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בקול נהי ובכי תמרורים, האבן מאסן חסידי אמשינוב באגלייט למנוחת עולמים די חשובע אשת חיל מרת חיה לאה מיליקאווסקי ע"ה, אשת הרה"צ רבי משה מיליקאווסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וועלכע איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 34 יאר, איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדער-געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע, און עדת חסידי אמשינוב בכל מקום שהם צושוידערט און צובראכן נאכן ערהאלטן די בשורת איוב ב


בנעילת שער: האד' מבעלזא אפגעגעבן זיין שטימע אין די קריטישע וואלן
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש יעצט ביינאכט בעת נעילת שער געציילטע רגעים איידער די שטים בודקעס אין ארץ ישראל האבן זיך געשלאסן איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען צו די רמות געגענט אין ירושלים, קומענדיג בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבה אפצוגעבן זיין שטימע ביי די קריטישע וואלן, אין די לאקאלע שטים בודקע. נאכן וועלן פאר די רשימה פון יהדות התורה אות ג' האט דער רב שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן די נייע חבר הכנסת מטעם ק"ק בעלזא העסקן הרב אליקים שטארק הי"ו.


מעמד אדיר סיום הש"ס דורך סאטמארער ש"ס חבורה "זכרו" וועט געפייערט ווערן אין ריזיגן "נעסאו קאלעסיום" סטאדיום
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע חדשים אפגערוקט פון דעם היסטארישן יומא טבא רבנן ״חג התורה״, מעמד סיום והתחלת הש״ס דורך די סאטמארער ש"ס חבורה ״זכרו״, וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג פ' כי תשא - פורים קטן, איז מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען געווארן ביי נאנט צו א רבבה לומדי החבורה, אז עס איז ב"ה געלונגען פאר די עסקנים ארויסצודינגען דעם מעגא-גיגאנטישן ״נעסאו קאלעסיום״ סטעדיום, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די מעמד אדיר נשג


האד' מדושינסקיא ערווארטעט צוגאסט אין לאנדאן לטובת אפקויף פון נייעם בנין התלמוד תורה דושינסקיא אין שטאט
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי דושינסקיא אין די חרדי'שע לאנדאן זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין התרגשות דקדושה זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א טוט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פ’ חיי שרה הבעל"ט, מיטן ציל אויפצוטרייבן שטיצע לטובת דעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה וואס אנטשפרעכט א מגדל עוז פאר ק״ק דושינסקיא אין שטאט. דער רבי שליט"א וועלכער וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון אן


bottom of page

