ברוך הבא: האד' מלעלוב וועט אנקומען קיין ניו יארק לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי ומעריצי בעת לעלוב אין אמעריקא גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות און עקסטאז מקבל צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער קומט צופארן מהתם להכא ממעון קדשו אין בית שמש קיין ניו יארק, לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל.
די וואך מוצאי שבת פרשת חיי שרה נאך הבדלה, אין ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש, וועט פארקומען די מעמד צאתכם לשלום, און שפעטער אין די נאכט וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג קיין ניו יארק. זונטאג צופרי וועט דער רבי דאווענען שחרית בבית מדרשו דקהל בית דוד לעלוב אויף די דריי און פערציגסטע גאס אין בארא פארק, וואו עס וועט נאכן דאווענען פארקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם געהויבענעם גאסט.
דינסטאג וועט אפגעראכטן ווערן די שמחה החתונה פונעם רבינס אייניקל, די כלה, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' ברוך שפיטץ שליט"א, זון פון הגה"צ רבי אהרן טובי' שפיטץ שליט"א גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד, מיטן חתן, א זון פון הרה"ג ר' יואל פישער שליט"א, ר"מ בישיבת פאפא, די חתונה וועט פארקומען אין די לעגאסי זאל, במקהלות עם רב, מאסן חסידים, מעריצים ואוהדים וואס וועלן זיך מיטפרייען בשמחת רבם ומאורם.
דער הויכפונקט פונעם באזוך וועט זיין שב"ק פרשת תולדות, ביים "שבת של שמחה" וואס דער רבי שליט"א וועט פראווענען אויף א גרויסע פארנעם. די תפילות וועט מען דאווענען אין לעלובער ביהמ"ד, און די שולחנות הטהורים וועלן פארקומען אין די זאלן פון אנשי ספרד, וואו די חסידים וועלן האבן די זכיה נהנה צו זיין מזיו אורו הבהיר און זיך אנשעפן מיט אוצרות חיזוק און השפעות טובות.
מאנטאג פרשת ויצא וועט זיך דער רבי שליט"א צוריקקערן למעון קדשו אין ארץ הקודש.







תגובות