באו ונצא: "קרית בעלזא – מערב קרית גת" פרישע דראסטישע לעזונג פאר דירות-קריזיס אין ארץ ישראל
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א פרישע דעפרייענדע דורכברוך צו לעזן דעם שווערן דירות-קריזיס אין ארץ ישראל, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א די אויפבוי פון א שפאגל-נייער ישוב "קרית בעלזא" אין די אויפבליענדע חרד'ישע קווארטלען אין "קרית גת", וואס אנטשפרעכט אהערצושטעלן הונדערטער דירות פאר חסידי בעלזא וואס וועלן זיך אהינציען וואוינען מיט הרחבת הדעת.
פארלאפענע וואך זענען אריין בקודש פנימה צום בעלזער רב שליט"א די ראשי "וועד הדיור" ועסקני הקהלה פארצולייגן די גענויע פרטים איבער'ן גרויסן פראיעקט, אין שפיץ פון די ריעל עסטעיט פירמע "רייסדור" וואס פארפיגט אויף די פרישע היימישע געגנטער וואס ווערן אויפגעבויט אין קרית גת.
די עסקנים האבן געצייגט פאר'ן רב די פלענער פונעם נייעם מאסיוון חרד'ישן געגנט פון זיבן אהאלב טויזנט דירות וואס ווערט אויפגעבויט אין קרית גת, וואס צוויי אהאלב טויזנט דערפון ווערט אויפגעבויט דורך די רייסדור פירמע, דערפון ווערן הונדערטער דירות באשטימט פאר'ן נייעם "קרית בעלזא" אין קרית גת.
העסקן הר"ר שמעון פייבוש הי"ו מראשי וועד הדיור דחסידי בעלזא האט פארגעלייגט פאר'ן רב די אומגעהויערע באמיאונגען די לעצטערע יארן דורך א גרעסערע קבוצה פון חסידי בעלזא וואס האט זיך שוין געצויגן אויף קרית גת, אנצוהאלטן א היימישן בעלזער ווינקל אינערהאלב דעם חרד'ישן געגנט, און מיט'ן שטארקן בלי און וואוקס נויטיגט זיך צו גיין גרויס, און אהערשטעלן א פולקאמער בעלזער ישוב.
ווי אויך האט ער געצייגט דעם פאטענציאל פון קרית גת, וואס פארמאגט פאקטישע ברייטע מעגליכקייטן צו וואקסן אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם, מיט פרישע צענדליגער טויזנטער דירות במשך די קומענדיגע יארן, און אנטשפרעכט אויסצושטייגן אלס איינע פון די גרעסטע חרדי'שע צענטערן אין ארץ ישראל.
דער פארשטייער פון "מחזיקי הדת" אין קרית גת, העסקן ר' יחיאל קליין, האט באטאנט אז דער נייער קרית בעלזא געפינט זיך נישט ווייט פון די עקזיסטירנדע געגנט וואו עס האבן זיך קווארטירט א שיינע צאל חסידי בעלזא אינעם עבר, ס'נעמט צו פארן בלויז עטליכע מינוט, וואס דאס באדייט אז די נייע קרי' וועט ווערן א טייל פון א וואקסנדע באזעצונג פון חסידי בעלזא אין שטאט.
באזונדער האט ער אויסגעשמועסט די פלענער פון אויפבויען מבצרי חינוך וצרכי הקהלה און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר'ן ציבור חסידי בעלזא, לשם ולתפארת.
דער רב שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט די פרטי פרטים פונעם גאנצן פראיעקט און אויסגעדרוקט גרויס קורת רוח צו הערן אז צענדליגער בעלזא משפחות האבן שוין געשלאסן קאנטראקט אויף א דירה אינעם נייעם בעלזער שטעטל אין קרית גת, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די עסקנים.






תגובות