top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תלמידי ישיבות קטנות ד'סאטמאר זיך פארהערט אויף מסכתות הש"ס אין ראם פון חבורת "ותלמודו בידו"

לפני 5 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

א גאר דערהויבענע מעמד "בחינה פומבי" איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת אין די בית רחל פאראדייס זאל אין קרית יואל, דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדות סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק, בראשות פון די נשיא הישיבות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די מעמד איז געווען געווידמעט פאר די הונדערטער בחורים מצטיינים תלמידי הישיבות וואס האבן געהארעוועט במשך א גאנץ יאר און זיך געלאזט פארהערן אויף הונדערטער בלעטער גמרא בעל פה אין ראם פון דעם מפעל "ותלמודו בידו" וואס איז געגרינדערט געווארן מיטן ציל צו חזרן און קונה זיין די מסכתות הש"ס וואס מען לערנט במשך די שנות הבחרות.


די בחינה פומבי וואס איז אפגעהאלטן געווארן בנוכחותו פונעם רבי'ן שליט"א, איז אנגעפירט געווארן דורך הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, און הר"ר אברהם שווארטץ שליט"א פון וויליאמסבורג, וואו די בחורים האבן געצייגט שטוינענטע ידיעות אין גאנץ ש"ס, און עס איז געווען קענטיג די הנאה דקדושה אויפן רבינס געזיכט זעענדיג ווי די פרחי תלמידי חכמים ענטפערן כזקן וכרגיל בכל מקום ששואלין.


נאכן פארהער האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן די ראשי והנהלת החבורה, פאר הנגיד החסיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה, און פאר אלע בחורי חמד. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און ארויסגעברענגט די הנאה ווען מען זעט ווי אזויפיל בחורים פארהערן זיך צענדליגע מסכתות בעל פה און מסיים געווען מיט א ברכת קודש מען זאל קענען ווייטער שטייגן מעלה מעלה און מסיים זיין מסכתא נאך מסכתא.



תגובות


bottom of page