העסקן ר' משה שמילאוויטש הי"ו ערוועלט אלס מעיאר פון טאון אוו בלומינגבורג וואס נעמט אריין סאטמארער ישוב קרית ייטב לב
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אינצווישן די פאזיטיווע רעזולטאטן פון די נעכטיגע מידטוירם וואלן אין ניו יארק, איז נאך א מוניציפאליטעט צוגעקומען אונטער דער פירערשאפט פון א חסידישן מעיאר, נאכדעם וואס העסקן ר' משה שמילאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר האט געווינען די מעיאר פאזיציע אין טאון אוו בלומינגבורג, וואס נעמט אריין דעם סאטמארער בליענדע ישוב קרית ייטב לב.
די הונדערטער איינוואוינער פון קרית יטב לב האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די געווינס, און במיוחד איז ארויסגעברענגט געווארן לשבח דער גאנצער וואלן קאמפיין אין שטאט, וואס איז אנגעפירט געווארן אויף אן איידעלן פארנעם, בדרך כבוד, מיט א פולער צוזאמענארבעט צווישן די עסקני העיר, מיט אהבת חנם און אן קיין העצערייען וכדומה.
נאכ'ן אפציילן די הונדערטער שטימען איז הרב החסיד ר' משה שמילאוויטש הי"ו דערקלערט געווארן אלס געווינער צו דינען די מעיאר פאזיציע. ר' משה איז מאז ומקדם געווען דער רוח החיים אין סאטמאר'ס שטאט קרית יטב לב, און איז פון די מייסדי העיר, וועלכער האט באגלייט דעם אויפבלי פונעם ישוב מיום הוסדה. אלס איינער פון די חשוב'ע תושבי העיר און אן עסקן נמרץ לטובת הכלל, איז ער שוין לאנג באקאנט מיט זיין געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט לטובת הקהילה און די גאנצע שטאט.
נעכטן, נאכ'ן געווינס, האט ר' משה זיך פארבינדן טעלעפאניש קיין מיאמי, פלארידע, וואו ער האט מקבל געווען די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ער זאל קענען ווייטער אויפטון לטובת הכלל, ושיתקדש שם שמים על ידו.






תגובות