top of page
מושב טוב ישבת: יו"ט'דיגע שטימונג אין קרית יטב לב ביים ענטפאנגען נייעם רב לקבוע משכנו בתוך העיר
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש א יו"ט'דיגע שטימונג האט איינגעהילט די ווירבלנדע גאסן אינעם בליענדן שטאט "קרית יטב לב" אין בלומינגבורג, ווען די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען ברחובות קרי' און מקבל געווען פני כבודו פונעם נייעם רב ואיש על העדה, הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א בנו יקירו פונעם מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועם דער רב האט לעצטע יאר מכתיר געווען לשרת בקודש ולעמוד ולפני העדה ולשרתם אלס מרא דאתרא פון די שטאט. ביום ג' שנכפל בו כי טוב, דעם די


אלפי תושבי לאנדאן ביי מעמד "פדיון פטר חמור" דעם חוה"מ סוכות דורך התאחדות אברכים דק"ק סאטמאר
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין עיר הבירה לאנדאן איז פארגאנגענעם יום טוב סוכות אפגעהאלטן געווארן א געהויבענער מעמד פון "פדיון פטר חמור" אין די ראמען פון די התאחדות אברכים דקהל יטב לב דסאטמאר, וואס איז געווען א הערליכע איבערלעבעניש פאר אלע תושבי העיר וואס האבן דאס מיטגעהאלטן. די מצוה נדירה איז צושטאנד געקומען ווען עס איז געבוירן געווארן ביי אן אייזעלע א בכור א זכר אין די סליחות טעג אין א ארט וואו מ'האדעוועט בהמה'לעך אין די גלילות פון לאנדאן, וואס דאס


היסטארישער פראיעקט בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר מיט אויפבוי פון פרעכטיגע "תקנות תנאים-זאלן"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי שוין באריכטערט האט דעם פארלאפענעם זמן שמחתינו אפגעקלינגען צווישן אלפי חסידי סאטמאר אומעטום, די פריידיגע נייעס איבער א ווייטגרייכנדער שריט אינעם ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, סיי להרחיב דעתו של צדיק ואלפי חסידי סאטמאר הבאים בצלא קדישא עלאה, און סיי אהערצושטעלן א זעלטענעם דורכברוך לטובת די חסידים בעלי שמחה זאלן קענען פראווענען שמחות צאצאיהם מתוך הרחבת הדעת. אין די טעג פון ערב סוכות, איז ערשינען בביתו נאווה


וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' • חג הסוכות זמן שמחתנו אין סאטמארער הויף
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשווסקי. הלל ליכטענשטיין. שלמה ב.


האד' מסאטמאר באזוכט אין סוכה פון הנגיד ר' יצחק ראבינאוויטש הי"ו נאך היסטארישע נדבה פאר נייע תנאים זאל בביתו נאוה קודש
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם חול המועד סוכות האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א זעלטענע באזוך אין די פראכטפולע סוכה פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר יצחק ראבינאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג, אלס אנערקענונג פאר די אסטראנאמישע סומע וואס ער האט מנדב געווען דעם ערב יום טוב אינאיינעם מיט זיין זון הנגיד ר' רפאל ראבינאוויטש הי"ו, איבערצובויען די ערשטע שטאק און די בעיסמענט פון בית נאוה קודש אויף 550 בעדפארד עוועניו, וואו עס וועט צוגעשטעל


געהויבענע יום הקדוש אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש א געהויבענע יום הקדוש איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט קרית יואל, זייענדיג די דריטע יאר וואס דער רבי שליט"א קומט ארויס וויילן אויף קרית יואל אינעם הייליגסטן טאג פון יאר בקרב עדת צאן מרעיתו אינעם קריה נאמנה. ערב יום הקדוש נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שטאט קרית יואל, תיכף ביים אנקום איז דער רבי צוגעפארן צו


היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פונעם ברך משה זי"ע פארבארגט צווישן ביידע סאטמארער הויפן
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש נאכפאלגנדיג די היסטארישע ירושה צוטיילונג און די נאכפאלגנדע אנטוויקלונגען להרבות שלום וריעות צווישן די סאטמארער הויפן, האבן האחים האדמור"ים מסאטמאר, פארבארגט איינער פארן אנדערן היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, צו קענען זיך באנוצן דערמיט דורכאויס יום טוב, לעורר זכות אבות. די טויש איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת שובה אין שטוב פונעם לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו א


רגש קודש ביי רבבות חסידי סאטמאר צו ווידער-באנייען דעם נאסטאלגישן ביהמ"ד הגדול סאטמאר דעם א' סליחות
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר זענען ארומגענומען מיט א התעוררות דקדושה, וגילו ברעדה, נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו "ושמחתים בבית תפלתי", אריינצוטרעטן ביום א' סליחות אינעם בית ה', דעם הייליגן נאסטאלגישן בית מדרשו של רבי, בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, דער צענטראלער בית גדול וקדוש, תל תלפיות וגולת הכותרת, שהתפללו בו צדיקי בית סאטמאר למעלה מיובל שנים, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו כולו אומר כבוד, צום באניי


קורצע באזוך און מסיבת קבלת פנים פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט לעיקוואוד
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' תבא, האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין לעיקוואוד, געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין שטאט לרגל דער חתונה בבית הרבני הנגיד בנש"ק הרב שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א, און דערביי אויך אפגעשטאט א בליץ באזוך אין דער שכונה אויף א קורצן מסיבת קבלת פנים לטובת די מוסדות. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי שליט"א באלד צוגעפארן צו א מסיבת קבלת פנים לטובת מוסדות סאטמאר אי


ווידיאו • א' סליחות בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


אדמורי"ם-וויזיט אין ווייסן הויז צייכנט אפ היסטארישע געשעעניש אין מלכות של חסד אמעריקע | אויספירליכע דעקונג
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער חרד'ישער אידנטום איבער דער גארער וועלט האט דראמאטיש נאכגעפאלגט די מלכות'דיגע אויפנאמע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ווייסן הויז, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען ביי זיך אין פאלאץ א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים, און צוגלייך באדאנקען דעם חסיד אומות ה


בשלום אחיך: רבנישע זיצונג אין ווייסן הויז פארוואנדלט אין היסטארישע באגריסונג צווישן האחים האדמורי"ם מסאטמאר
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש שלום רב לאוהבי תורתך, וישאלו איש לרעהו לשלום! די חסידי'שע וועלט לעבט מיט היסטאריע ווען דער באזוך פון די גדולי האדמורי"ם ביים אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ווייסן הויז איז פארוואנדלט געווארן אין א היסטארישע שריט פון שלום ואחדות צווישן די רועי ישראל כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, וועלכע האבן, אנקומענדיג צום ווייסן הויז זיך ווארעם באגריסט מיט א פריינטליכע ברידערליכקייט ואהבה ואחוה. די געשרפעך פון טאג ביים היימיש


טויזנטער חסידים לעבן מיט שמחה בבית צדיקים ביי חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער סאטמארער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט דעם מאנטאג נאכט פ' נצבים וילך ביי דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רנה ותודה המון חוגג אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג. עס איז געגאנגען אונטער דער חופה בשעטומ"צ, החתן, זון פונעם רבינס איידעם הרה"ג רבי יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ רבי ירמי' פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שאפרא


וויכטיגע אסיפה דורך טשאפלעינ'ס פון פעדעראלע אמעריקאנע תפיסות ביי האד' מסאטמאר צום בעפארשטייענדן טראמפ אוידענץ
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א וויכטיגע באזוך איז היינט מאנטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, דורך א צאל פראמינענטע אידישע רבנים און טשאפלעינס פון פעדעראלע תפיסות איבער אמעריקע, שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגערוקט פונעם היסטארישן אוידענץ וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה וועט האבן מיט א צאל גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע. די טשאפלעינס האבן פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן דעם שווערן מצב


גראנדיעזע איבערבוי פראיעקט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר טרעט אריין אין לעצטע פאזעס לקראת די הייליגע טעג הבעל"ט
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע זומער וואכן איז אנגעגאנגען דער העפטיגער "פלטרין של מלך" בוי פראיעקט בהיכל בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, בית מדרשו של רבי, וואו מען גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלן אימפעט לפאר, לרומם ולהדר אלצדינג בפנים חדשות, אויף וואס עדת חסידי סאטמאר קוקט שוין ארויס בכליון עיניים. אין די יעצטיגע פאזע פונעם פראיעקט איז די עלעקטעריק ארבעט אינעם גאנצן היכל בית המדרש הגדול שוין פולקאם פארענדיגט געווארן. אזוי אויך איז די


מסיבת הכרת הטוב פאר תלמידי ישיבה קטנה סאטמאר קרית יואל דורך מפעל הכביר "שקל הטהור" מיסודו פון האד' מסאטמאר
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך פאר די הונדערטער תלמידי ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, לאות הכרה פארן צונויפקלייבן ריזיגע סכומים לטובת דעם פערזענליכן קאסע פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, קופת "שקל הטהור" להחזקת המוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, אין די קאמפיין טעג ארום די יומדהל"ק כ"ו אב העעל"ט. דער מעמד איז פארגעקומען אויף גאר א פראכטפולער און עלעגאנטער פארנעם אין די '


נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז. אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,


הייליגע אוצר פון כלי כסף וזהב מעזבון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער און איידימער
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט איז דעם דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן געווארן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע וואס איז אייניג צעטיילט געווארן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער. די סך הכל פון 302 חפצים יקרי ערך, וואס רעכנט זיך צאם צו אן אסטראנאמישע סך הכל סומע פון איבער דריי מיליאן דאלאר, נעמט אריין א לאנגע רשימה פון פילצאליגע סארטן זילבער ש


נחלת שבעה: צווייטע פאזע פון היסטארישע חלוקת הירושה אין סאטמאר; כלי כסף וזהב ווערט צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א פרישע דראמאטישע ווענדפונקט אין די היסטארישע אין די "חלוקת הירושה" פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וועט מארגן דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן ווערן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב וואס וועט אייניג צעטיילט ווערן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער. דאס קומט נאך עטליכע חדשים פון די ערשטע היסטארישע גורל וחלוקת הירושה, וואס איז צושטאנד געקומען דורכ'ן דינאמישער איש חי


bottom of page
