אלפי תושבי לאנדאן ביי מעמד "פדיון פטר חמור" דעם חוה"מ סוכות דורך התאחדות אברכים דק"ק סאטמאר
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין עיר הבירה לאנדאן איז פארגאנגענעם יום טוב סוכות אפגעהאלטן געווארן א געהויבענער מעמד פון "פדיון פטר חמור" אין די ראמען פון די התאחדות אברכים דקהל יטב לב דסאטמאר, וואס איז געווען א הערליכע איבערלעבעניש פאר אלע תושבי העיר וואס האבן דאס מיטגעהאלטן.
די מצוה נדירה איז צושטאנד געקומען ווען עס איז געבוירן געווארן ביי אן אייזעלע א בכור א זכר אין די סליחות טעג אין א ארט וואו מ'האדעוועט בהמה'לעך אין די גלילות פון לאנדאן, וואס דאס פלאץ געהערט צו הרבני החסיד ר' חיים בענעדיקט הי"ו, מחשובי ופארי קהל יטב לב דסאטמאר, וועלכע איז געווארן מחויב מיט די מצוה פון פדיון פטר חמור.
נאכ'ן זיך דורכשמועסן מיט הגה"צ רבי ברוך נתן האלברשטאם שליט"א אבד"ק סאטמאר לאנדאן איז מוסכם געווארן צו פייערן די מצוה ברוב עם דעם צווייטן טאג חוה"מ סוכות, אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, מען האט ארויסגעדונגען דעם גרויסן זאל פון יסודי התורה, וואס איז געווארן צוגרייט מיט הויך שטאקיגע פארענטשעס, און הונדערטער זיץ פלעצער, פאר די מאסן תושבי העיר, ובראשם די רבני הקהלה, דיינים ומרביצי תורה וואס האבן באשיינט דעם אויבנאן.
אויך האט זיך אנגעזען דער ראב"ד דמתא, הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א. באזונדער האט געמאכט א רושם אדיר די פערזענליכע ערשיינונג פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
דברי פתיחה האט גערעדט דער ראב"ד הגאון רבי אהרן דוד הלוי דוננער שליט"א, דערנאך האט מען אויפגערופן דעם איידעם פונעם בעל שמחה, ה"ה הרה"ג ר' אהרן יושע געלדצעהלער שליט"א ר"מ בישיבה הגדולה תורה ויראה ומרביץ תורה בביהמ"ד הגדול, און דער מו"צ הקהלה הרה"ג ר' פלטיאל שווארטץ שליט"א האט נאכדעם מסביר געווען בטוב טעם ודעת די פרטי המצוה בכל פרטותי'.
הגה"צ אבד"ק סאטמאר לאנדאן שליט"א האט ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון דער מצוה און גלייכצייטיג באטאנט דעם מגלגלין זכות ע"י זכאי, ר' חיים, וואס איז מרומם קרן הקהילה מיט זיינע פעולות הכבירים למען הכלל והפרט.
איידער מ'איז צוגעגאנגען צו דער הייליגער מצוה, האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי הכנה דער כהן הפודה, הגה"צ רבי יחזקאל ראפופורט שליט"א, רב ביהמ"ד נועם התורה וראש ישיבת תפארת ישראל. דערנאך האט מען אריינגעברענגט דאס אייזעלע, און דערנאך דעם "שה" מיט וואס מ'האט עס פודה געווען, און נאכן פודה זיין בשם מלכות איז דער גאנצע ציבור ארויס אין א ריקוד של שמחה.
דערנאך איז מען צוגעפארן צו דער סוכה פון ביהמ"ד הגדול אויף די קעיזנאוו גאס, וואו עס איז געווען א מעמד שתיית לחיים, נאכגעפאלגט מיט א סעודה גדולה לכבוד המצוה היקרה.

























תגובות