top of page
הכרת הטוב: האד' מבאבוב 45 אויף א ביקור חג ביי האד' ממונקאטש
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מיטוואך חול המועד איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אפצוגעבן א ברכת יישר כח און הכרת הטוב נאך וואס די מונקאטשער קהילה האט בתשואות חן אוועקגעגעבן חינם אין כסף זייער שטח אויף די 14'טע עוועניו ביי די 46'סטע גאס, וואו עס איז היי יאר אויפגעשטעלט געווארן די גיגאנטישע סוכה בחצר הקודש באבוב 45. די אדמו"רים שליט"א האבן זיך באלד אריינגעלאזט אין א שמועס מענייני דיומא פון חג הסו


בריך מתייך לשלום: האד' מסקאליע וועט אפרעכטן א מסע הקודש קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון אן אייניקל
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש ברגשי כבוד והערצה גרייט זיך דאס יהדות החרדית בארה"ק צו אנטפאנגען דעם אורח הדגול, כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואס קומט צו פארן אויף א לענגערע מסע קודש קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון אן אייניקל. דער רבי וועט זיך אי"ה ארויסלאזן ממעון קדשו אין בארא פארק דעם קומענדיגן מאנטאג נח און וועט דורכאויס די קומענדיגע צוויי וואכן וויילן צוגאסט אין ארה"ק ביז מאנטאג וירא, נאך א היבשע פאר יאר זינט דער רבי האט דאס לעצטע מאל באזוכט אין ארץ ישראל. דורכאויס


ביקור חג: האד' רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא באזוכט אין קרית יואל און מאנסי לכבוד המועד
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, ד' דחול המועד סוכות, איז האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, גאב"ד מאראקא, אנגעקומען קיין קרית יואל, וואו ער האט צוערשט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין די סוכה בבית נאוה קדשו, לברך ולהתברך לכבוד המועד. דער רבי מיט'ן רב האבן פארצויגן א שיינעם שמועס אויף לשון הקודש, ווי מען האט ארומגעשמועסט איבער די חכמי מאראקא, די ראשונים און אחרונים וואס האבן דארט געוואוינט, ווי דע


זקן ראשי הישיבות הגרמ"צ בערגמאן באזוכט ביי האד' מגור אלס השלמה פון יום טוב סוכות
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אסרו חג סוכות אין ארץ ישראל איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, לברך ולהתברך, אלס א השלמה צום יום טוב סוכות. דער רבי מיט'ן ראש ישיבה האבן ארומגעשמועסט במשך פופצן מינוט בדברי תורה מעניני דיומא און איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און דערנאך געטרונקען לחיים. נאכ'ן באזוך האט דער גערער רבי ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה יותר מרגלו לפי כבודו הרם


גרויס התרגשות צום געהויבענעם באזוך פון האד' מבאבוב אין ארה"ק; היסטארישע שבת לנגידים אין אלטשטאט ירושלים
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי באבוב אין ארה"ק בפרט און איבער דער גארער וועלט בכלל, האבן מיט גרויס התרגשות זיך אנגעהויבן צו גרייטן צום געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ארה"ק, נאך וואס עס איז דעם יום טוב שמחת תורה באקאנט געווארן אז מ'וועט האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א היסטארישע מסע חיזוק והתעלות מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וועלכע זענען חרותים על לוח לבו הטהור, און זענען כסדר משתוקק לקבל


ווידיאו • האד' מבאבוב 45 אויף א ביקור חג ביי האד' ממונקאטש
דאנערשטאג חול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה" אויפגענומען בכבוד והערצה דורך האד' מבעלזא
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה", וועלכער איז קיין קרית בעלזא אויפצוטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות אין ראם פונעם ישיבת בין הזמנים "והראנו בבניינו". דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. דער בעלזער רב האט זיך אינטערעסירט ביים ראש ישיבה איבער דעם נושא


געהויבענע יום הקדוש אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש א געהויבענע יום הקדוש איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט קרית יואל, זייענדיג די דריטע יאר וואס דער רבי שליט"א קומט ארויס וויילן אויף קרית יואל אינעם הייליגסטן טאג פון יאר בקרב עדת צאן מרעיתו אינעם קריה נאמנה. ערב יום הקדוש נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שטאט קרית יואל, תיכף ביים אנקום איז דער רבי צוגעפארן צו


האד' מאלכסנדר באזוכט בקרב חסידיו אין נייעם חרדישן ישוב עמנואל
מוצאי יום הקדוש תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN פארלאפענע וואך, שבוע שחל בו ראש השנה, איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אינעם נייעם חרדי'שן ישוב עמנואל, וואו חסידי אלכסנדר האבן, ווי באריכטעט, מייסד געווען א קהילה נאה וחסידה וואס האט זיך שנעל צעבליט און צעוואקסן בלי עין הרע, און ציילט שוין קרוב צו פערציג משפחות בלי עין הרע. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען די חסידים תושבי המקום לקראת די הייליגע טעג, אין די ר


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער איז דעם מיטוואך אנגעקומען אויף א לענגערן ביקור הוד אין עיה"ק ירושלים, האט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, דינענדיג אויך אלס ביקור גומלין נאכן היסטארישן באזוך פונעם גערער רבי'ן ביים ראש ישיבה מיט אנדערהאלבן יאר צוריק. די צוויי רועי ישראל האבן פארברענגט בנועם שיח פאר ארום צוואנציג מינוט און זיך ווארעם געוואונטשן בברכת השנים. נ


וזוכר חסדי אבות: האד' מוויזניץ ירושלים איז מתפלל על קברי אבותיו אין בני ברק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הייליגע טעג, איז דעם מאנטאג אינדערפרי ארויסגעפארן קיין בני ברק אויף א תפילה אינעם אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית וויזניץ, וואו דער רבי האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהלים און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף תפיל


כבני מרון: האד' מסאטמאר באזוכט אין בארא פארק אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בחדרו הפרטי אין בית המדרש הגדול אויף די 53'סטע גאס, וואו מען האט אנגעהויבן די זמני כניסה, וועלכע זענען אריין כבני מרון לברך ולהתברך לקראת די ימי רחמים ורצון. בין הנכנסים איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי של


ירושלים: דעלעגאציע פון כולל חבת ירושלים אויפגענומען מיט גרויס כבוד והערצה ביי האד' מצאנז קלויזענבורג נשיא הכולל
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער פארגאנגענעם וואך, איידער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט פארלאזט ארצינו הקדושה, איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם רבינס אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט אין ירושלים, א משלחת נכבדה פון רבני והנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, לכבוד די גרויסע חלוקה וואס ווערט פארטיילט אין די יעצטיגע ימים טובים סעזאן פאר טויזנטער נויטבאדערפיגע משפחות אין ארץ ישראל. אין שפיץ פונעם דעלעגאציע איז געווען


שיינעם באזוך פון האד' ממאחנובקא בעלזא אין בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא אין דער שטאט בית שמש מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען דעם ציבור לברכת השנים, און האט באשיינט דעם מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין הישיבה לצעירים מאחנובקא בעלזא אין בית שמש. אנקומענדיגע אין די נייע רמה ד' געגענט, האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין דער צייטווייליגער בית מדרש אין רמה ד' און דערנאך


ותורה יבקשו מפיהו: יערליכע באזוך דורך ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא בהיכל ישיבת מיר אין ירושלים
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש היינטיגן מיטוואך נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מירער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג אין די גרויסע טעג בין כסא לעשור. דער היכל הישיבה און אלע אירע פליגלען זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער יונגעלייט און בחורים בני תורה וועלכע האבן זיך


בני ברק: האד' מוויזניץ ירושלים באזוכט ביי מחותנו האד' ממאחנובקא בעלזא
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש די וואך דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, ספעציעל אין די ירח האיתנים און ביי די שמחות אין די משפחת המלוכה. דערביי האט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן עטליכע חפצי ירושה וואס זענען געלעגן אויפ'ן טיש, מיט וואס דער רבי שליט"א באנוצט ז


ווידיאו • האד' ממונקאטש באזוכט ביי האד' מליסקא
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


ווידיאו • האד' מסאדיגורא באזוכט ביים פעטער פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


האד' מסלאנים באזוכט ביי הגאון ר' משה צדקה שליט"א; הייבט אויס שארפע שטעלונג פון חכמי הספרדים קעגן גזירת גיוס
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכער איז פאריגע וואך שבוע שלך בו ראש השנה אנגעקומען קיין ירושלים וואו די רבי וועט פארוויילן דורכאויס די ירח האיתנים, האט באזוכט ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות ספרד זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר. אינעם שמועס האט די רבי שליט"א שטארק משבח געווען דעם גאון איבער זיין שארפע שטעלונג איבערן קאמפ קעגן די גזירת גיוס בני הישיבות וואו ער האט זיך שוין עטליכע מאל אינעם עבר ארויסשטעלט בתוקף


נאסטאלגיע • הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל באזוכט אין שטאט מאנטריאל | טבת תשס"ח
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


bottom of page
