top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

על שפת הים: האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך במקום הנופש אין נתני'

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נעכטן דינסטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אריבער אויף א באזוך אין די אכסניא פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכער האלט זיך אויף די טעג נישט ווייט פון קרית צאנז נתני' אויף אפרוה.


דער באזוך איז פארגעקומען אויפן טעראסע פונעם אכסניא ביים וואסער ברעג, וואו דער גאון האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א זעלטענעם התרגשות און אויסטערלישן כבוד.


עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס, איבער פארשדינע נושאים, און ספעציעל איבער די ביטערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די לומדי תורה אין ארץ ישראל. בין הדברים האט דער פוסק הדור שטארק ארויסגעהויבן לשבח פונעם צאנזער רבי'ן וועלכער האט מיט צוויי צוריק געמאכט א מהפכה איבער מכשולת בכשרות בתי התפילין, וואס האט געברענגט א שינוי לטובה צו שטיין על המשמר כדי די פראבלעמען זאלן זיך נישט אריינכאפן צווישן די היימישע בתים מאכער'ס פון ווי חרדי'שע ערליכע אידן קויפן דארט זייערע תפילין.


דער גאון האט דערביי ארויסגעברענגט די נחיצות צו טון בנוגע די לעצטיגע מכשולות פון פסולע מזוזות און ברענגען אן אויפוואכונג ביים ציבור צו קויפן תפילין און מזוזות נאר ביי א עטליכע פארלעסליכע סופר א מומחה און ירא שמים.


צום שלוס האט איינער פון די אנוועזנדע מקורבים ביים פוסק הדור דערמאנט אז דער יום ההולדת פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז אויסגעפאלן בו ביום, און דער רבי האט מקבל געווען ברכת קדשו פונעם גאון צו אריכות ימים ושנים בטום ובנעימים, בבריות גופא ונהורא מעליא.



תגובות


bottom of page