top of page
טויזנטער תושבי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענעם שבת בצלא דמהימנותא פון האד' מסטיטשין
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי טויזנטער תושבי עיר הקודש ירושלים האבן דעם שבת מיטגעלעבט אן אומפארגעסליכן שבת בצלא דמהימנותא פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, בקרתא דשופריא, איבערלאזנדיג אן אייביגן רושם אויף אלע באטייליגטע. טראץ וואס דער רבי שליט"א האט שוין מערערע מאל געוויילט אויף שבתים אין ירושלים במשך השנים, האט אבער דער איצטיגער באזוך געטראגן א ספעציעלן באדייט, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס תושבי העיר האבן געהאט די זכיה מ


ווידיאו • האד' מסטיטשין באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


גרויסן ציבור ביי מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לע"נ הרה"ק מסקאליע זי"ע ונכדתו הרבנית ע"ה אין עיה"ק ירושלים
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן מוצאי שבת האבן זיך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פארזאמלט אין די זאלן פון בית יעקב הישן אין ירושלים, ווי עס איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד 'התחלת כתיבת ספר תורה' וואס ווערט געשריבן דורך חסידי סקאליע אין ארה"ק לזכר נשמתו הטהורה פון הרה"ק מסקאליע זי"ע מקום מנוחתו כבוד אויפן הר הזיתים ולעילוי נשמתה פון ונכדתו החביבה הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א. אנקומענדיג צום מעמד איז דער רבי אויפ


ווידיאו • האד' מסטיטשין מוצאי שב"ק אין ירושלים
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


נסיעה רוממה דורך בני האד' מסקווירא קיין ארה"ק בראש עדת חסידי סקווירא מיט געהויבענעם שבת אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט א זעלטענעם התרגשות דקדושה האבן חסידי סקווירא איבער דער גארער וועלט אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער א היסטארישע נסיעה קיין ארץ הקודש, וואס ווערט אונטערגענומען דורך די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בראש קהל עדת חסידי סקווירא די בכל אתר ואתר. אין די פארגאנגענע יארן פלעגן די חסידים האבן די געלעגנהייט פון צייט צו צייט זיך מיטצוכאפן מיט דעם רבינס מסעות קודש איבער די וועלט, און בפרט קיין ארץ ישראל וואו דער רבי שליט"א פלעגט


ווידיאו • האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין נתני'
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


על שפת הים: האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך במקום הנופש אין נתני'
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אריבער אויף א באזוך אין די אכסניא פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכער האלט זיך אויף די טעג נישט ווייט פון קרית צאנז נתני' אויף אפרוה. דער באזוך איז פארגעקומען אויפן טעראסע פונעם אכסניא ביים וואסער ברעג, וואו דער גאון האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א זעלטענעם התרגשות און אויסטערלישן כבוד. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס, איבער פארשד


האד' מסאדיגורא וועט ארויספארן קיין אמעריקע און קאנאדע און פראווענען א שבת התאחדות מיט די חסידים אין די קאנטרי
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און עקסטאז האבן חסידי סאדיגורא מעבר לים אויפגענומען די פרייליכע בשורה וואס איז היינט געמאלדן געווארן, איבער א לענגערע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט אונטערנעמען קומענדיגן חודש כסלו קיין אמעריקע און קאנאדע, משפיע צו זיין פונדערנאנט אויף די חסידים המקושרים לאילנא דחיי. יאר יערליך נעמט דער רבי שליט"א אונטער א נסיעה קיין אמעריקא, לראות בשלום הצאן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים זיך מסתופף צו זיין


הכרת הטוב: האד' מבאבוב 45 אויף א ביקור חג ביי האד' ממונקאטש
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מיטוואך חול המועד איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אפצוגעבן א ברכת יישר כח און הכרת הטוב נאך וואס די מונקאטשער קהילה האט בתשואות חן אוועקגעגעבן חינם אין כסף זייער שטח אויף די 14'טע עוועניו ביי די 46'סטע גאס, וואו עס איז היי יאר אויפגעשטעלט געווארן די גיגאנטישע סוכה בחצר הקודש באבוב 45. די אדמו"רים שליט"א האבן זיך באלד אריינגעלאזט אין א שמועס מענייני דיומא פון חג הסו


בריך מתייך לשלום: האד' מסקאליע וועט אפרעכטן א מסע הקודש קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון אן אייניקל
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש ברגשי כבוד והערצה גרייט זיך דאס יהדות החרדית בארה"ק צו אנטפאנגען דעם אורח הדגול, כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואס קומט צו פארן אויף א לענגערע מסע קודש קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון אן אייניקל. דער רבי וועט זיך אי"ה ארויסלאזן ממעון קדשו אין בארא פארק דעם קומענדיגן מאנטאג נח און וועט דורכאויס די קומענדיגע צוויי וואכן וויילן צוגאסט אין ארה"ק ביז מאנטאג וירא, נאך א היבשע פאר יאר זינט דער רבי האט דאס לעצטע מאל באזוכט אין ארץ ישראל. דורכאויס


ביקור חג: האד' רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא באזוכט אין קרית יואל און מאנסי לכבוד המועד
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, ד' דחול המועד סוכות, איז האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, גאב"ד מאראקא, אנגעקומען קיין קרית יואל, וואו ער האט צוערשט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין די סוכה בבית נאוה קדשו, לברך ולהתברך לכבוד המועד. דער רבי מיט'ן רב האבן פארצויגן א שיינעם שמועס אויף לשון הקודש, ווי מען האט ארומגעשמועסט איבער די חכמי מאראקא, די ראשונים און אחרונים וואס האבן דארט געוואוינט, ווי דע


זקן ראשי הישיבות הגרמ"צ בערגמאן באזוכט ביי האד' מגור אלס השלמה פון יום טוב סוכות
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אסרו חג סוכות אין ארץ ישראל איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, לברך ולהתברך, אלס א השלמה צום יום טוב סוכות. דער רבי מיט'ן ראש ישיבה האבן ארומגעשמועסט במשך פופצן מינוט בדברי תורה מעניני דיומא און איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און דערנאך געטרונקען לחיים. נאכ'ן באזוך האט דער גערער רבי ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה יותר מרגלו לפי כבודו הרם


גרויס התרגשות צום געהויבענעם באזוך פון האד' מבאבוב אין ארה"ק; היסטארישע שבת לנגידים אין אלטשטאט ירושלים
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי באבוב אין ארה"ק בפרט און איבער דער גארער וועלט בכלל, האבן מיט גרויס התרגשות זיך אנגעהויבן צו גרייטן צום געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ארה"ק, נאך וואס עס איז דעם יום טוב שמחת תורה באקאנט געווארן אז מ'וועט האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א היסטארישע מסע חיזוק והתעלות מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וועלכע זענען חרותים על לוח לבו הטהור, און זענען כסדר משתוקק לקבל


ווידיאו • האד' מבאבוב 45 אויף א ביקור חג ביי האד' ממונקאטש
דאנערשטאג חול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה" אויפגענומען בכבוד והערצה דורך האד' מבעלזא
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה", וועלכער איז קיין קרית בעלזא אויפצוטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות אין ראם פונעם ישיבת בין הזמנים "והראנו בבניינו". דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. דער בעלזער רב האט זיך אינטערעסירט ביים ראש ישיבה איבער דעם נושא


געהויבענע יום הקדוש אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש א געהויבענע יום הקדוש איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט קרית יואל, זייענדיג די דריטע יאר וואס דער רבי שליט"א קומט ארויס וויילן אויף קרית יואל אינעם הייליגסטן טאג פון יאר בקרב עדת צאן מרעיתו אינעם קריה נאמנה. ערב יום הקדוש נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שטאט קרית יואל, תיכף ביים אנקום איז דער רבי צוגעפארן צו


האד' מאלכסנדר באזוכט בקרב חסידיו אין נייעם חרדישן ישוב עמנואל
מוצאי יום הקדוש תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN פארלאפענע וואך, שבוע שחל בו ראש השנה, איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אינעם נייעם חרדי'שן ישוב עמנואל, וואו חסידי אלכסנדר האבן, ווי באריכטעט, מייסד געווען א קהילה נאה וחסידה וואס האט זיך שנעל צעבליט און צעוואקסן בלי עין הרע, און ציילט שוין קרוב צו פערציג משפחות בלי עין הרע. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען די חסידים תושבי המקום לקראת די הייליגע טעג, אין די ר


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער איז דעם מיטוואך אנגעקומען אויף א לענגערן ביקור הוד אין עיה"ק ירושלים, האט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, דינענדיג אויך אלס ביקור גומלין נאכן היסטארישן באזוך פונעם גערער רבי'ן ביים ראש ישיבה מיט אנדערהאלבן יאר צוריק. די צוויי רועי ישראל האבן פארברענגט בנועם שיח פאר ארום צוואנציג מינוט און זיך ווארעם געוואונטשן בברכת השנים. נ


וזוכר חסדי אבות: האד' מוויזניץ ירושלים איז מתפלל על קברי אבותיו אין בני ברק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הייליגע טעג, איז דעם מאנטאג אינדערפרי ארויסגעפארן קיין בני ברק אויף א תפילה אינעם אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית וויזניץ, וואו דער רבי האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהלים און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף תפיל


כבני מרון: האד' מסאטמאר באזוכט אין בארא פארק אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בחדרו הפרטי אין בית המדרש הגדול אויף די 53'סטע גאס, וואו מען האט אנגעהויבן די זמני כניסה, וועלכע זענען אריין כבני מרון לברך ולהתברך לקראת די ימי רחמים ורצון. בין הנכנסים איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי של


bottom of page

