top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבני מרון: האד' מסאטמאר באזוכט אין בארא פארק אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. 


מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בחדרו הפרטי אין בית המדרש הגדול אויף די 53'סטע גאס, וואו מען האט אנגעהויבן די זמני כניסה, וועלכע זענען אריין כבני מרון לברך ולהתברך לקראת די ימי רחמים ורצון. בין הנכנסים איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, וואו דער רבי האט מיט אים ארומגערגעשמועסט איבער די סוגיא פון חצי שיעור און איבער פארשידענע שתדלנות באזוכן דורך די פריערדיגע גאונים און צדיקים ביי מלכים ושרים לטובת הכלל והפרט, אין בעפארברייטונג צו די אויפנאמע ביים אמעריקאנער פרעזידענט ירום הודו. דער סערדעהעלער רבי שליט"א האט דערנאך איבערגעגעבן א קוויטל כמנהגו, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן בברכת השנה.


באזונדער זענען אריין אל הקודש פנימה דעם רבי'נס שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, און נאך רבנים חשובים.


 ביינאכט איז דער רבי שליט"א אריבער צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי משה כהנא הי"ו אויף א קורצן אפרו, און דערויף איז דער רבי צוריקגעקומען אין בית המדרש און ממשיך געווען די זמני כניסה ביז שפעט אין די נאכט.




תגובות


bottom of page