גבאי מסגרת תורתם אומנתם שע''י מבצר הכוללים אין קרית יואל מיטגעלעבט פריוואטע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א גייסטרייכע שבע ברכות איז פאריגע טטאל מאנטאג אפגעראכטן געווארן לרגל שמחת בית סאטמאר, ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן די פריוואטע שבע ברכות מיט די משפחת המלוכה אינאיינעם מיט די צענדליגער גבאים פון מסגרת תורתם אומנתם שע"י מבצר הכוללים קרית יואל וועלכע איז געווידמעט צו מעודד זיין און מחזק זיין די לומדי הכולל צו איבערחזר'ן און זיך פארהערן די לימודי הכולל.
דער שבע ברכות איז פארגעקומען אין די תנאים-זאלן בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן אויף צאנז קט. אין קרית יואל, צוגעשטעלט געווארן אויף א מלכות'דיגן פארנעם לכבוד שמחת חתן וכלה ולכבוד העם הנאספים.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות בראש שמחתו, און במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע גבאים וועלכע האבן געהאט די גאלדענע געלעגנהייט אנצופרעגן ביים רבי'ן פארשידענע שאלות בעניני לימוד התורה, און די סדר ואופני לימוד התורה און ארויסנעמען התרת הוראה אמאל און היינט, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט די מהלך און דרך הלימוד אין די אלטע היים פאר די מלחמה באגלייט מיט נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט לשבחם פון די עסקנים און גבאים וועלכע זענען מרבה תורה בישראל, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט. מיט ברכת המזון און שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען די זיידעס און מחותנים פון ביידע צדדים.






















תגובות