top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר אויפגענומען הויכראנגיקע פאליטיקאנטן צו בעפארשטייענדע וואל פארמעסט

לפני 15 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בלויז עטליכע טעג בעפאר די וואלן אין ניו יארק האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפגענומען א צאל  הויכראנגיקע פאליטיקאנטן וועלכע זענען געקומען מקבל זיין דעם ברכת הקודש און באקומען שטיצע אין די וואל פארמעסט.דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש די סטעיט סענעטאר דזשעימס סקופיס וועלכע פארטרעט קרית יואל, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן די געזעץ לטובת די היימישע חינוך אין ניו יארק,באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו.


ביינאכט בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה קאנגרעסמאן מייק לאולער אינאיינעם מיט די ראשי ועסקני ק"ק ומוסדות סאטמאר מאנסי, וועלכע האבן פארגעשטעלט פארן רבי'ן די פעולות לטובת הכלל דורך דעם קאנגרעסמאן. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין הילף אנצוהאלטן די רעגירונג'ס הילף פאר די ישיבות אין אמעריקע און פאר זיין שטענדיגע הילף פאר נאך פילע ענינים, ובפרט האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי''ה שטיין צו הילף פאר די קהילה און מוסדות אין מאנסי, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו.


מוצאי שבת זענען אריין בקודש פנימה די אסעמבלימאן קריס עיקוס וועלכע פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט העסקן ר' גדלי' סעגעדין הי''ו - ווילעדזש אדמיניסטראטאר און בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכנשטיין הי''ו - אסעמבלימאן פון בארא פארק, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין שטענדיגע הילף לטובת קרית יואל און פאר זיין הילף אוועקצושטעלן די געזעץ לטובת די היימישע חינוך אין ניו יארק, באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו.



תגובות


bottom of page