נדיבי לאנדאן נאספו: עלעגאנטע מסיבה לטובת 'קרן עולם התורה' אפגעראכטן געווארן אין די סטעמפארד הילל געגענט
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א זעלטענע מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט נעכטן מאנטאג אוונט, ווען אונטער איין דאך האבן זיך צוזאמגענומען צענדליגער פילאנטראפן, נדיבים ושועים פון די היימישע חסידישע קרייזן אין לאנדאן, אין שפיץ פון די גדולי ומאורי הדור וועלכע זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, אוועקצושטעלן א פינאנציעלן בסיס פארן עולם התורה בארצינו הקדושה.
די באנקעט איז פארגעקומען אין די חרדישע סטעמפארד הילל געגענט, אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מרדכי זיסקינד לאנדא שליט"א. צו די מעמד זענען בלויז אריינגעלאזט געווארן די געלאדענטע נדיבים בעם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע סכומים לטובת די קרן און האבן דערביי זוכה געווען להסב על שלחן מלכים און נהנה זיין מזיו אורם פון די סאמע גרעסטע גדולי דורינו.
די עלעגאנטע אווענט האט זיך אנגעהויבן מיט דברי פתיחה דורך העסקן הרב נתן בנימין בינדיגער הי"ו. ער האט אויפגערופן דער בארימטע פילאנטראפ הטפסר המרומם ר' ראובן וואלף הי"ו פון פלעטבוש מראשי קרן עולם התורה.
ר' ראובן האט מיט זיין רייכע שפראך ארויסגעברענגט די שווערע לאגע פון אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק, ווען די ארטיגע רעגירונג האט אפגעהאקט די פאנדן פאר די כולל יונגעללייט און בכלל די שווערע פינאנציעלע צושטאנד אין וועלכע די בני תורה אין ארץ ישראל געפונען זיך, ווען מען פלאגט זיך אריינצוברענגען א שטיקל ברויט אין שטוב. דערביי האט ער איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט מיט ציפערן וויפיל געלט עס איז שוין געשאפן געווארן און וויפיל געלט עס מוז נאך געשאפן ווערן צו דעקן דעם היי יעריגן בודזשעט.דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע דרשה הרב יחזקאל לאנדא שליט"א פון ירושלים א זון פונעם בעל האכסניא וועלכער האט בשליחותו פון זיין פאטער באגריסט אלע משתתפים ביי די מסיבה.
מיט א חרדת קודש האט מען זיך צוגעהערט צו די קורצע דברי ברכה פון די גדולי ומאורי הדור, אנגעהויבן מיט די הארציגע דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און דערנאך די דבר השם ברמה פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און די קורצע דברי ברכה פון די אנדערע גדולי ישראל, איש אשר כברכתם ברך.
צום שלוס פונעם מעמד איז געגעבן געווארן די געלענהייט פאר אלע נגידים אריבערצוגיין ביי די גדולי ישראל, אונטערצושרייבן די שטרי שותפות און מקבל זיין מברכתם הטהורות. די אוונט איז געקרוינט געווארן מיט א סוקסעס העכער אלע ערווארטונגען ווען עס איז אויפ'ן פלאץ צאמעשטעלט געווארן קרוב צו א האלבע מיליאן ענגלישע פונט.

























תגובות