top of page
פתחו של אולם: הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקא אפגעקויפט זכות שם אולם ווילחאוויץ אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אן עהרנפולער מסיבת לחיים איז אפגעהאלטן געווארן אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און כלל-טוער הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקע, וועלכער האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון אנדערהאלבן מיליאן דאלאר, אפצוקויפן דעם זכות שם הבנין פונעם פיליעריגן בארימטן "ווילחאוויץ" חתונה-זאל אין שטאט, ויקרא שמו בישראל: "אולם ווערדיגער". דער ו


יערליכע מעמד התעוררות אין שפיץ פון האד' מתולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון מיט נגידי ותומכי המוסדות
דאנערשטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד כהן הונדערטער תולדות אהרן חסידים האבן דעם מאנטאג מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון וואס איז פארגעקומען אלס אן הכנה דרבה צו די הייליגע טעג, בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אויסצובעטן ישועות ורפואות און א כתיבה וחתימה טובה לנו ולכל ישראל. די יערליכע נסיעה קיין מירון איז געאייגענט פאר די תומכי תורה די בעלי בתים פון די קהילה, וועלכע נעמען זיך אונטער סכומים הגונים צו שטיצן די מוסדות הקד


קורצע באזוך און מסיבת קבלת פנים פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט לעיקוואוד
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' תבא, האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין לעיקוואוד, געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין שטאט לרגל דער חתונה בבית הרבני הנגיד בנש"ק הרב שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א, און דערביי אויך אפגעשטאט א בליץ באזוך אין דער שכונה אויף א קורצן מסיבת קבלת פנים לטובת די מוסדות. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי שליט"א באלד צוגעפארן צו א מסיבת קבלת פנים לטובת מוסדות סאטמאר אי


מסיבה לנגידים אפגעראכטן דורך האד' מפשעווארסק לטובת ישיבת עץ חיים ווילרייק אין אנטווערפען
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש באנקעט איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א אין אנטווערפען, וואס דער רבי האט פאררופן פאר א געקליבענע צאל נדיבי עם קודש, תומכי ומחזיקי תורה פון די בארימטער ישיבה עץ חיים ווילרייק. די מסיבה האט געדינט אלס א געלט אקציע פאר די שטאטישע ישיבה אין אנטווערפען צו וועלכן עס האבן נענה געווען לקול קריאתו פונעם רבי'ן שליט"א, נדיבים בעם פון אנטווערפען און אנדערע אייראפעאישע שטעט, צו ביישטייע


הערליכע שבע ברכות בחוצות ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג לכבודו פון הנגיד החסיד ר' אליהו שלאסבערג הי"ו
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין עיה"ק ירושלים האט פארלאפענעם ליל שישי באשיינט בראש השמחה ביים שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הנגיד החסיד רבי אליהו שלאסבערג שליט"א כאות הוקרה והערכה פאר'ן חשובן נגיד וועלכע לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים לטובת מוסדות הקדושים דחסידי צאנז קלויזענבורג און איבערהויפט פאר די צענטראלע בניני המוסדות אין ארצינו הקדושה ההולכים ונבנים לשם ולתפארת. די שמחת השבע ברכות


מעמד הוקרה ביי האד' מגור לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא צום קנין זכות פון צוויי נייע חתונה זאלן פאר חסידי גור אין ירושלים און ערד
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגער מעמד הוקרה און מסיבת לחיים איז היינט נאכמיטאג אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין ירושלים, לכבודו פונעם וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק, וועלכער האט בייגעשטייערט א פילאנטראפישע נדבה פון קרוב צו "דריי מיליאן דאלער", אויפצובויען צוויי הערליכע חתונה זאלן אין ערד און אין ירושלים, וואו חסידי גור וועלן קענען חתונה מאכן פאר שפאט ביליג, לויט די תקנות הקהילה. דאס איז ג


דראסטישע שדכנות-הוספה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן פאר שידוכים אויסגעפירט ביי תלמידי מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א קוועלנדע שטימונג איז אויפגענומען געווארן בקרב די תלמידי הישיבה "מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר" המתנוסס לתפארה אין שטאט מאנסי, איבער א פרישע דראסטישע הוספה אין דמי שדכנות פראקלאמירט דורכ'ן בארימטן סאטמארער פילאנטראפ ובונה ומקים עולמות של תורה, הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וועלכער איז מוסיף א פרישע צוויי טויזנט דאלאר שדכנות פאר יעדן שידוך אויסגעפירט ביז דעם קומענדיגן סוכות. די מודעה משמחת איז געמאלדן געווארן פארלאפענע וואך אין שטאט ק


יערליכע דינער לטובת ישיבת תפארת ישראל סטאניסלאוו אין מאנסי בנשיאות האד' מסטאניסלאוו
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין,JDN אין מאנסי איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען די יערליכע דינער לטובת ישיבת תפארת ישראל סטאניסלאוו אין מאנסי, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א. ס'איז פארגעקומען אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א - נשיא הישיבה וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע תומכים ומסייעם פאר די ישיבה הקדושה.


הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אפגעקויפט זכות שער העזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר מיט האלב מיליאן דאלאר נדבה
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט אין סאמע ברען די אנגייענדע בוי ארבעט צו פארענדיגן דעם איבערבוי פראיעקט ביים תל תפליות ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, און אין צוזאמענהאנג מיטן "פלטרין של מלך" קאמפיין צו דעקן די שווערע מיליאנען וואס די פראיעקט נעמט אריין, האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א דעם דינסטאג אוונט אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אין מאנסי, וועלכער האט געשאנקן די פאנטא


ווידיאו • מעמד קנין זכות דורך הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו פאר פאר נייע בנין בית רחל ד'סאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


יערליכע דינער קשר אחד לטובת איחוד מוסדות באבוב 45 פארגעקומען אין שטאט מאנסי
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט די יערליכע דינער "קשר אחד" לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 אין בארא פארק. די מסיבה ווערט פארופן דורך הנגיד ר' יחזקי' שאהנבערגער הי"ו וואס פלעגט יאר יערליך צושטעלן די מסיבה אין זיין שטוב און צוליב די ריבוי עם איז די מסיבה אין די לעצטערע יארן אריבערגעפירט געווארן צו א זאל. די היי יעריגע דינער איז פא


קרית יואל: היסטארישע ״צען מיליאן דאלער״ נדבה דורך הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער פאר'ן דריטן "בית רחל" דסאטמאר
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ביי א פרעכטיגע מעמד "קנין זכות", וואס איז אפגעראכטן געווארן נעכטן דינסטאג אוונט אין קרית יואל, איז געמאלדן געווארן איבער א היסטארישע נדבה לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט, ווען דער באקאנטער פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' אברהם יהודה גאלדבערגער הי"ו האט זיך אונטערגענומען דער אומגלויבליכע סומע פון גאנצע צען מיליאן דאלער אויפצובויען די דריטע גיגאנטישע בית רחל״ פעסטונג אין די סאטמארער אימפעריע, וואס איז עומד תחת נשיאותו הרמה פון כ"


חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל אונטערן רושם פון קורצע ביקור המרומם פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א יו"ט'דיגע שטימונג האט די וואך געהערשט צווישן עדת חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל, במשך די ימי הביקור פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז געקומען צו פארן אויף א באזוך בקרב עדת תלמידיו וחסידיו תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין מאנטרעאל לרגל דעם גמר המקח פון דעם נייעם גיגאנטשין בנין פאר די סאטמארער תלמוד תורה אין די שטאט, ווען דערביי האט מען די זכי' מקבל צו זיין חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א


מחיל אל חיל: מעמד קנין זכותים צו 3.5 מיליאן דאלער נדבה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פאר מוסדות סאטמאר קרית יואל
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן א זעלטענער "מעמד לחיים וקנין זכותים" בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו א היסטארישער דאפעלטער נדבה עצומה לטובת מוסדות סאטמאר קרית יואל, ביי וועלכן דער שר הנדיבים בחצר הקודש סאטמאר, הנגיד רבי ליפא פריעדמאן הי"ו, וואס האט שוין געלאזט בויען מעכטיגע בנינים איינס נאך'ן אנדערן פאר ממלכת סאטמאר, האט אצינד געשאנקן א פרישע נדבה עצומה פאר'ן גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע "בנין יו


עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" פון נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וומסב"ג
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א רייך-עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן פארן נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, געווידמעט פאר די נדבני הבנין אויף א פריוואטער פארנעם אינעם נייעם חתונה זאל פונעם בית רחל החדש. ס'איז געווען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז ספעיציעל אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד. ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף די העכערע


נגידי סערט וויזניץ מיטגעהאלטן גייסטרייכע "מסע השותפים" מיט האד' מסערט וויזניץ בהררי ציון וירושלים
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער נדיבים און תומכי מוסדות סערט וויזניץ האבן פארגאנגענעם וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע "מסע השותפים" דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, בהררי ציון וירושלים. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכמיטאג ווען דער ציבור נגידים ותומכים זענען ארויסגעפארן צום פראכטפולן "בית האלה" האטעל אין די גלילות פון ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט באלד ביים אנקומען געזעגענט די שותפים מיט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט יעדן באזונדער, להפקד בדב


הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אפגעקויפט זכות פון נייעם תקנות חתונה-זאל אין בנין הבית רחל החדש אין קרית יואל
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין פארלאפענעם ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק פעדער הי"ו לרפו"ש אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ביי וועלכן בנו הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו פון וויליאמסבורג האט אפגעקויפט די זכות פון די נייע 'תקנות חתונה זאל' וועלכע ווערט געבויעט אינעם בנין הבית רחל החדש 'בנין קליין' אין קרית יואל, פאר די פאנטאסטישע סומע פון פינף מיליאן דאלער! עס זענען אנוועזנד גע


קרוב צו 3 מיליאן שקל געשאפן ביי מעמד נדירה "נעשה ונזכור" לטובת ביהמ"ד זכרון יהודה דזיקוב – פארגעקומען אין מושב אורה
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א פראכטפולע מעמד "נעשה ונזכור" איז פארגעקומען פאריגע וואך אין די אכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה בגלילות ירושלים, לטובת דער בית המדרש החדש "זכרון יהודה" אין בית שמש, לזכרו הטהור פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זי"ע, ווי עס איז באותו מעמד געשאפן געווארן קרוב צו דריי מיליאן שקלים לטובת דעם הייליגן פראיעקט, דורך די ברייטהארציגע סכומים וואס איז געשאנקען געווארן דורך די משתתפים ביים מעמד. לכבוד די מעמד איז אויפגע


שישו ושמחו: חוצות בארא פארק איינגעהילט אין שמחת התורה ביי הכנסת ספר תורה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשווסקי,אברמי בלום,שאט דע דאט אין א יום טוב'דיגע שטימונג האט די שטאט בארא פארק מיטגעלעבט עקסטאזליכע שעה'ן פון שמחת התורה ביי די פייערליכע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן דורכ'ן בארימטן שר הצדקות ובונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וועלכער האט אריינגעפירט א נייע ספר תורה להיכל האדיר "בנין ליפא פריעדמאן", די מאיעסטעטישע מבצר האדיר לחינוך הבנים אין די אימפעריע פון מו


ווידיאו • חגיגת הכנסת ספר תורה צום תלמוד תורה סאטמאר אין בארא פארק נדבת הנגיד ר׳ ליפא פריעדמאן הי"ו
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


bottom of page
