top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל: היסטארישע ״צען מיליאן דאלער״ נדבה דורך הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער פאר'ן דריטן "בית רחל" דסאטמאר

  • לפני 40 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

ביי א פרעכטיגע מעמד "קנין זכות", וואס איז אפגעראכטן געווארן נעכטן דינסטאג אוונט אין קרית יואל, איז געמאלדן געווארן איבער א היסטארישע נדבה לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט, ווען דער באקאנטער פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' אברהם יהודה גאלדבערגער הי"ו האט זיך אונטערגענומען דער אומגלויבליכע סומע פון גאנצע צען מיליאן דאלער אויפצובויען די דריטע גיגאנטישע בית רחל״ פעסטונג אין די סאטמארער אימפעריע, וואס איז עומד תחת נשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער נייער בנין וועט אויפגעבויט ווערן אויפ'ן שטח אדיר "גאלדבערגער דרייוו", א בחינה פון נחלת אבותיו, זייענדיג א טייל פונעם גרויסן "שיכון גאלדבערגער", וועלכער אנטהאלט שוין עטליכע ריזיגע בניני המוסדות, נתנדב געווארן דורך זיין פאטער דער אומפארגעסליכער נדיב רבי ישראל דוב גאלדבערגער ז״ל. לויט די פלענער וועט דער גאנצער קאמפלעקס אריינגערעכנט דעם נייעם בית רחל, אנטהאלטן אזויפיל ווי פינעף טויזנט תלמידות.


דער מעמד לחיים, איז פארגעקומען אין שטוב פון המנוח הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה – בהשתתפות כבוד פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בנו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א, בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, די בני המשפחה, און באזונדער די חברי הנהלת מוסדות קרית יואל, אין שפיץ פון הנגיד המפורסם הרה״ח ר׳ מענדל שוויממער שליט״א, ראש הקהל סאטמאר קרית יואל.


באותו מעמד איז באשטימט געווארן אז דער נייער בנין וועט טראגן דעם נאמען "בנין הענדל מרים גאלדבערגער", לכבוד די חשוב'ע אלמנה ואם המשפחה מרת גאלדבערגער תחי', נבנה ע״י בנה הבונה והמקים רבי אברהם יודא וזוגתו צו פאראייביגן דעם זכות פון אמו החשובה, געטרייע עזר כנגדו פון הנדיב רבי ישראל ז״ל וואס לה חלק כחלק אין זיינע צדקות האדירים.


עס זענען געהערט געווארן א רייע דרשות דורך דעם חשובן נדיב, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, און דער מנכ"ל המוסדות הרב משה אלי' עסטרייכער הי"ו, און נאך וואס דער שטר זכות איז גע׳חתמ׳ט געווארן דורך דעם נדיב הדגול מוה״ר אברהם יודא הי״ו,און די הנהלת המוסדות, איז דער שטר קנין זכות באצירט געווארן בגושפנקא דמלכא פונעם רבי'ן שליט״א מיט א פערזענליכע ברכת הקודש פאר׳ן נדיב, אז דער זכות הגדול ״יעמוד לו ולב״ב ולזרעו ולכל משפחתו להתברך בכל משאלות לבבם לטובה״ און דערויף האט דער רבי שליט״א אונטערגעשריבן בחתי״ק. מ׳האט דערנאך אריינגעברענגט מזונות ולחיים. דער רבי שליט״א האט טועם געווען אנגעוואונטשן יעדן עקסטער מברכותיו הטהורות.



bottom of page