top of page
האד' מדושינסקיא ערווארטעט צוגאסט אין לאנדאן לטובת אפקויף פון נייעם בנין התלמוד תורה דושינסקיא אין שטאט
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי דושינסקיא אין די חרדי'שע לאנדאן זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין התרגשות דקדושה זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א טוט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פ’ חיי שרה הבעל"ט, מיטן ציל אויפצוטרייבן שטיצע לטובת דעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה וואס אנטשפרעכט א מגדל עוז פאר ק״ק דושינסקיא אין שטאט. דער רבי שליט"א וועלכער וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון אן


הצלת כלל ישראל: גדולי ישראל פאראייניגט ביי מעמד חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון 'יד להושיע' שע"י 'קרן ויואל משה'
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מזמור שיר חנוכת הבית האט זיך אונטערגעזונגען פארלאפענעם דאנערשטאג ביים חנוכת הבית פון די נייע און פארגערעסערטע לאקאציע פון די ברייט בארימטע אפיסעס פון 'יד להושיע' אונטער די שירעם 'קרן ויואל משה' וועלכע זענען בשעה טובה נתחדש געווארן און וועט פון היינט און ווייטער קענען סערווירן דער ציבור אויף פיל א גרעסערע און רואיגערע פארנעם. שטייענדיג אין א צייט ווען די רשעים האבן מרים יד געווען און ארעסטירן בחורים אויף רעכטס און אויף לינקס, אז


נייע מתיבתא צאנז קלויזענבורג פאר עלטערע בחורים בוגרי הישיבה גדולה געעפענט אין קרית צאנז לעיקוואד
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי צאנז קלויזענבורג נעמען אויף די פריידיגע אנטוויקלונג איבער די גרינדונג פון א נייע מתיבתא געאייגנט פאר די מער עלטערע בחורים, די בוגרי ישיבה גדולה משיעור ד' ומעלה וואס וועלן זיך דארט משלים זיין בתורה ובחסידות נאכן פארענדיגן די שנות הלימודים אין די ישיבה גדולה. די נייע ישיבה מתיבתא צאנז קלויזענבורג, וואס איז נתייסד געווארן אין קרית צאנז - לעיקוואד, בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, איז געווידמעט צו דינ


מעמד חנוכת פארן פראכטפולן היכל התורה אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא נדבת הנגיד ר' מרדכי אהרן גאמבא הי"ו
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער מיט פריידיגע געפילן האבן חסידי דושינסקיא מיטגעהאלטן די מעמד חנוכת הבית לרגל די איבערבוי פונעם פראכטפולן "היכל התורה" אין בנין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן בתכלית היופי וההידור בנדבת לבו פון הנגיד החסיד ר' מרדכי אהרן גאמבא הי"ו מראשי ק"ק צאנז קלויזנבורג ומגדולי תומכי מוסדות דושינסקיא, בראשות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. נאכפאלגנדיג די מאסיווע רענא


נייע מעון הקודש פון האד' ממאחנובקא בעלזא בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא באנייט דעם ירח האיתנים
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: ח.ל. מיט גרויס שמחה און התרגשות, איז דעם ירח האיתנים, באנייט געווארן די נייע מעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש מאחנובקא בעלזא אין בני ברק. זינט די הסתלקות פונעם פעטער הרה"ק ממאחנובקא זצוק"ל מיט קרוב צו פערציג יאר צוריק, האט דער רבי שליט"א געוואוינט אינעם בנין פונעם אלטן ביהמ"ד אויף רחוב רש"י, וואו דער דער מאחנובקא רבי זי"ע האט געוואוינט בחיים חיותו. אויך אין די לעצטע יארן, זינ


גראנדיעזע צוזאמקום אין לאנדאן לרגל פתיחת הזמן בראשות זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון האדיר ר' אברהם גורביץ שליט"א
זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: Hive productions א זעלטענע מאנעפיסטאציע פון כבוד התורה האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם דאנערשטאג אין עיר הבירה לאנדאן ביים גרויסן מעמד פתיחת הזמן פאר אלפי בני הכוללים ובחורי חמד לומדי תורה, אין שפיץ פונעם אורח הדגול הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, וואס איז פארגעקומען אין זאל פון יסודי התורה אין לאנדאן. דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין צוזאמענהאנג מיטן הסייתדות פונעם כולל הנחמדים אין שטאט לאנדאן


עקסטאזפולע אבן הפנה פאר נייעם "קרית הישיבות" פון ישיבת הרמה פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט עקסטאזליכע פייערליכקייט איז במעמד אלפי התלמידים דעם מאנטאג אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" פאר'ן נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" פון ישיבתו הרמה פונעם פוסק הדור וזקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין שטאט בית שמש. די ישיבה פונעם פוסק הדור איז וועלט בארימט אלס פרעכטיגע תורה פעסטונג וואס פונקציאנירט לשם ולתפארת שוין א תקופה פון דרייצן יאר, ווען דער פוסק האט דאן געגרינדע


מקח געשלאסן אויף נייעם גיגאנטישן בנין אין מאנסי פאר תלמוד תורה "עבודת משולם פייש דטאהש"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי טאהש פון אלע מקומות זענען אויף מיט די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות טאהש אין ניו יארק וואס שפאנט פאראויס מחיל אל חיל, ווען אין אין סאמע ברען פון פארנומענעם ערב יום טוב סעזאן איז די הנהלת די המוסדות אין מאנסי אריינגעשפרינגען אין א מולטי-מיליאן דאלאר'דיגן קאנטראקט אויף א גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע און ארומיגע שטח אדיר, פארן פרעכטיגן אויפבלי פון "תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש". דער בנין המוסדות החדש ושטח האדיר,


היסטארישער פראיעקט בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר מיט אויפבוי פון פרעכטיגע "תקנות תנאים-זאלן"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי שוין באריכטערט האט דעם פארלאפענעם זמן שמחתינו אפגעקלינגען צווישן אלפי חסידי סאטמאר אומעטום, די פריידיגע נייעס איבער א ווייטגרייכנדער שריט אינעם ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, סיי להרחיב דעתו של צדיק ואלפי חסידי סאטמאר הבאים בצלא קדישא עלאה, און סיי אהערצושטעלן א זעלטענעם דורכברוך לטובת די חסידים בעלי שמחה זאלן קענען פראווענען שמחות צאצאיהם מתוך הרחבת הדעת. אין די טעג פון ערב סוכות, איז ערשינען בביתו נאווה


ווידיאו • מעמד חנוכת הבית פאר'ן נייעם הויפטקווארטיר פון RCCS אין ארה"ק בהשתתפות גדולי ישראל
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


פרייד צווישן חסידי טשערנאביל צום פתיחת שערים פונעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א געהויבענעם שטימונג האבן חסידי טשערנאביל אין בארא פארק באנאייט, מיט התחדשות דעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול טשערנאביל, וואס ווערט געבויט אין בארא פארק, און איז צייטווייליג פארענדיגט געווארן לקראת די ימים הנוראים דהאי שעתא. דער טשערנאבילער ביהמ"ד אין בארא פארק איז א תל תלפיות פאר די פילצאליגע אידן, חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און דער ביהמ"ד איז שוין לאנג צר מ


מעמד חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון בארימטער "רופא חולים" ארגאניזאציע אין עיר הקודש ירושלים
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענער מעמד פתיחת שערים און קביעת מזוזות איז דעם פארלאפענעם וואך, אין די טעג בעפאר ראש השנה, אפגעהאלטן געווארן אין די נייע אפיסעס פון דער וועלט בארימטער "רופא חולים – אר-סי-סי-עס" ארגאניזאציע, אין עיר הקודש ירושלים. דער מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון גדולי ומאורי ישראל שליט"א, און מיט'ן השתתפות פון חשוב'ע נדיבים ותומכי הארגון וועלכע זענען געקומען צופארן פון די מרחקים, זיך מיטצופרייען מיט דער הרחבת ג


מעמד קביעת מזוזות אפגעראכטן אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. א גייסטרייכע מעמד קביעת מזוזה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא, וואס איז אין די טעג אריין אין דינסט להנאת די טויזנטער תושבי השיכון. דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיטן התמנות פון הרה"ג ר' יעקב יוסף ברייער שליט״א וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין פונעם ווילעדזש, און וועט דינען אלס תורה'דיגע אויטאריטעט צו פסקנען די כסדר'דיגע רעלעוואנטע שאלות וואס קומט אן צו


ביהמ"ד החדש דחסידי סטאניאסלאוו אין מאנסי באנייט געווארן לקראת יום טוב ראש השנה העעל"ט
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ברוך מרחיב גבולות, האבן פילצאליגע אידן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די תפלות און טישן במשכ'ן יום טוב ראש השנה העעל"ט בצל כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א אין מאנסי, אינעם נייעם היכל ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויט געווארן לשם ולתפארת. ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, איז אונטערגענומען געווארן דער גרויסער פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה פונעם סטאניסלאווער ביהמ"ד אין מאנסי, וועלכע איז במשך דעם גאנצן יאר א תל תלפיות פאר פילצאלי


שיינעם באזוך פון האד' ממאחנובקא בעלזא אין בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא אין דער שטאט בית שמש מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען דעם ציבור לברכת השנים, און האט באשיינט דעם מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין הישיבה לצעירים מאחנובקא בעלזא אין בית שמש. אנקומענדיגע אין די נייע רמה ד' געגענט, האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין דער צייטווייליגער בית מדרש אין רמה ד' און דערנאך


מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פארן בית המדרש החדש דחסידי נדבורנא אין עיה"ק ירושלים
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני נעכטן דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק צו באשיינען דעם מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פונעם נייעם בית מדרש דחסידי נדבורנא אין שטאט. נאך עטליכע יאר וואו דער צייטווייליגער ביהמ"ד וואו די חסידים פלעגן דאווענען בצוותא חדא בשבתות ומועדים, איז געווען נע ונד אין פארשידענע לאקאלן איז מען ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה ווען אין די לעצטע טעג האט מען גומר געווען די בוי פרא


פתחו של אולם: הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקא אפגעקויפט זכות שם אולם ווילחאוויץ אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אן עהרנפולער מסיבת לחיים איז אפגעהאלטן געווארן אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און כלל-טוער הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקע, וועלכער האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון אנדערהאלבן מיליאן דאלאר, אפצוקויפן דעם זכות שם הבנין פונעם פיליעריגן בארימטן "ווילחאוויץ" חתונה-זאל אין שטאט, ויקרא שמו בישראל: "אולם ווערדיגער". דער ו


התרגשות'דיגער מעמד קביעת מזוזות צום פתיחת שערים פון בנין החדש און נייע מוסדות דקהל תולדות יהודה אין בארא פארק
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה והתרגשות איז דעם פארגאנגענעם זונטאג א' סליחות געפייערט געווארן דער מעמד קביעת מזוזות ופתיחת שערים צום חינוך בנין החדש ומפואר פאר'ן נייעם מוסדות התורה והחינוך תלמוד תורה בני יהודה דקהל תולדות יהודה וואס עפנט אצינד אירע טויערן לתורה ולחינוך הדורות ברוח ישראל סבא בתוככי עיר ואם בישראל בארא פארק, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א. דער מעמד האט אפגעצייכנט א דראמאטישע און היסטארישע אנטוויקלונג אינער


פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" ביים נייעם פליגל פון בנין ישיבה קטנה דסקווירא אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט גרויס פייערליכקייט איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "הנחת אבן הפנה" צום נייעם פליגל פונעם בנין הישיבה קטנה "תולדות יעקב יוסף סקווירא" וואס ווערט געבויט צו קענען נאךקומען דעם גרויסן פלייץ פון בחורי חמד תלמידי הישיבה. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרגשות, בראשות הרה"צ שליט"א בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בניו הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, הרה"צ רבי יצחק שליט"א, הרה"צ רבי


התרגשות צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד החדש דחסידי ראחמיסטריווקא אין אוקענוויין דעם א' סליחות
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי ראחמיסטריווקא אין שכונת אוקענוויין, צום פתיחת שערים פונעם בנין החדש והמפואר פון די קהלה, וואס וועט אי"ה באנייט ווערן מיט די תפלות פונעם גרויסן טאג א' דסליחות הבעל"ט. דער רחמיסטריווקער ביהמ"ד בשכונת אוקענוויין אין לעיקוואוד, איז א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן וואס קומען כסדר זיך מסתופף צו זיין בצלו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא-אוקענוויין שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטרי


bottom of page

