התרגשות'דיגער מעמד קביעת מזוזות צום פתיחת שערים פון בנין החדש און נייע מוסדות דקהל תולדות יהודה אין בארא פארק
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה והתרגשות איז דעם פארגאנגענעם זונטאג א' סליחות געפייערט געווארן דער מעמד קביעת מזוזות ופתיחת שערים צום חינוך בנין החדש ומפואר פאר'ן נייעם מוסדות התורה והחינוך תלמוד תורה בני יהודה דקהל תולדות יהודה וואס עפנט אצינד אירע טויערן לתורה ולחינוך הדורות ברוח ישראל סבא בתוככי עיר ואם בישראל בארא פארק, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א.
דער מעמד האט אפגעצייכנט א דראמאטישע און היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב די בליענדע קהלה אויף אלע פראנטן, א דאפעלטע הרחבת גבולי הקדושה, סיי מיט'ן עפענען נייע מוסדות התורה והחינוך, א תלמוד תורה לצעירי צאן קדשים מיט א ישיבה קטנה להתעלות בחורי חמד, דערצו מיט'ן גלייך אריינציען אין אן אייגענעם אפגעקויפטן בנין מפואר, העכסט-צוגעפאסט פאר'ן געברויך פון די לימודים, אזוי ארום שענקענדיג אלע נויטיגע כלים צו קענען אנהייבן די עבודת הקודש מיט גרויס מנוחת הנפש והרחבת הדעת, באגלייט מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.
דאס התייסדות המוסדות פאר זיך רופט ארויס אויסטערלישע שמחה והתרגשות צווישן דעם ציבור תלמידים וחסידים, קומענדיג נאכדעם וואס מערערע אברכים און פרישע עלטערן פון קינדער האבן מפציר געווען דעם רבי'ן שליט"א צו עפענען אייגענע מוסדות תחת דגל נשיאותו ועפ"י הדרכתו, אז די קינדער און צוקונפטיגע דורות זאלן קענען מנעוריו שוין אריינאטעמען און ערצויגן ווערן מיט'ן זעלבן הייליגן גייסט און השפעה וויאזוי די עלטערן זענען קונה און מקבל פון רבי'ן שליט"א בכל הליכות החיים וחובת אדם בעולמו.
ווי נאר דער רבי שליט"א האט געגעבן זיין הסכמה און די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די עבודה קשה שבמקדש האט זיך באלד ארויסגעוויזן אויף טריט און שריט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא, אנגעהויבן ביים אוועקשטעלן די סאמע יסודות, באווייזנדיג ב"ה אויפצונעמען א געלונגענער שטאב פון מחנכים מובהקים ויראי ה' וואס ברענגען מיט זיך לאנגיעריגע ערפארונג בהבנת דרכי החינוך, אין שפיץ פון אן אחריות'דיגער ועד החינוך לנצח על מלאכת הקודש, און דערנאך מיט'ן וואונדערליך אנקום צו א מקום מוכשר, אפצוקויפן א פארטיגן בנין גדול ורחב ידים אין צענטער פון שטאט, וואס האט שוין פון פריער געדינט אלס א מקום תורה און איז העכסט גוט אויסגעשטעלט מיט אלע איינריכטונגען פאר'ן מוסד.
די אלע אנטוויקלונגען לאורך הדרך איז פערזענליך באגלייט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א וועלכער צייגט ארויס גרויס הנאה וקורת רוח פון די הרחבת גבולי הקדושה זעהנדיג דערין א הערליכע המשכה צו די הייליגע ירושה פון די פריערדיגע שרשים מדור לדור.
דאס איז געקומען צום אויסדרוק ביי מערערע געלעגנהייטן אין די לעצטערע חדשים, הויפטזעכליך ווען די ערשטע זאך גלייך נאכ'ן צוריקקומען פון ארה"ק וואו ער האט געוויילט במשך די זומער חדשים איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען באזוכן דעם נייעם בנין, זיך אומקוקנדיג א לענגערע צייט בהתרגשות עוז אויף אלע חלקי הבנין, איבערלאזנדיג דערביי ברכת קדשו לברכה והצלחה.
אזוי ארום איז בעידודו ובברכת קדשו געקומען צום רעאליטעט דער היסטארישער אנטוויקלונג פון התייסדות המוסדות דקהל תולדות יהודה אין בארא פארק, די תלמוד תורה וואס דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען מיט'ן נאמען "בני יהודה" ע"ש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסטיטשין זי"ע און די ישיבה קטנה מיט'ן נאמען "אהל משה" ע"ש הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע, שמהם תצא תורה ומאורות להמשכת הדורות.
אצינד, ווי דערמאנט, לרגל די פתיחת שערי הבנין ופתיחת שערי המוסדות איז ביום א' סליחות, זונטאג האזינו א' העעל"ט פארגעקומען די פייערליכע מאמענטן פון חינוך הבנין הגדול והחדש, ובבית אלקים נהלך ברגש.
דער מעמד איז געווען מיט די השתתפות פון די גדולי הנדיבים וואס האבן גענומען א חלק בראש אין די הרחבת גבולי הקדושה, צוזאמען מיט די חשוב'ע שטאב מחנכים מיט די קבוצה טייערע עלטערן פון די תלמוד תורה וישיבה, ועל צבאם דער רבי שליט"א וואס האט מפאר געווען בראש שמחתו.
אריינקומענדיג אין בנין איז דער ציבור באגייסטערט געווארן זעהענדיג פאר זיך א פולקאם הערליכער בנין וואס מ'האט אין איילעניש זוכה געווען איינצוהאנדלן און אויסרישן אויפ'ן שענסטן אופן פאר'ן געברויך פון די תלמוד תורה וישיבה לתועלת התלמידים.
צוערשט איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן מיט גרויס רגש צום קביעת מזוזה וואס ער האט קובע געווען אויפ'ן הויפט שער פונעם בנין. דערנאך זענען מכובד געווארן די גדולי הנדיבים ועמודי התווך פון די מוסדות.
דאן האט מען זיך געזעצט צו א גרויסארטיגער מסיבת לחיים לרגל המאורע. מיט טרעפליכע דיבורים האט צוערשט גענומען דאס ווארט דער ענערגישער מנכ"ל ורוח החיים לכל קדשי תולדות יהודא, הר"ר יודל שפיטצער שליט"א, וועלכער האט אראפלייגט די השתלשלות פון די לעצטערע חדשים ביז צום יעצטיגן פריידיגן דורכברוך, אנמערקנדיג א מערקווירדיגע השגחה פרטית ווי סיי דער יעצטיגער מעמד און סיי עטליכע פריערדיגע אנטוויקלונגען פון הרחבת גבולי הקדושה בקורות ימי הקהלה איז אויסגעקומען פונקט אין די טעג פון סליחות להתחדשות השנה.
דערביי האט ער אפגעגעבן א הארציגן הכרת הטוב פאר אלע עושים ומעשים, עסקנים דגולים, וראשי הנדיבים, וועלכע האבן גענומען א חלק בעבר ובהוה ובעתיד בעז"ה, אוועקצושטעלן די הייליגע יסודות און בויען די מוסדות מעלה מעלה להגדיל תורה ולהאדירה.
מיט יראת הכבוד האט זיך דער ציבור צוגעהערט צו די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט גערעדט א ווארימע שמועס איבער דעם ענין פון קביעת מזוזות וואס זאגט אסאך לגבי חינוך הדורות, ארויסברענגענדיג א טרעפליכע נקודה אז פונקט ווי דער מזוזה פירט אריין פון אינדרויסן צו אינעווייניג און די זעלבע פארקערט, אזוי אויך דארף זיין ביי חינוך צו אידישקייט, מחנך צו זיין אידישע קינדער וואס זאלן זיין תוכם כברם, די חיצוניות מיט די פנימיות צו לעבן מיט די זעלבע מטרה לעשות רצון אבינו שבשמים.
אזוי האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט דברי הדרכה והתחזקות און אויסגעפירט ווארימע ברכות צום פתיחת שערים וחינוך המוסדות.
נאכ'ן מעמד איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר'ן ציבור צו קענען אריינגיין בקודש פנימה, אין א ספעציעלע צוגערישטע חדר מיוחד אינעם בנין, לברך ולהתברך לקראת ימים הנוראים.
















תגובות