זריזין מקדימין: האד' מסאטמאר באזוכט אין בית האופה אין קרית יואל צום אנהייב פון אפיית המצות סעזאן
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די טעג ווען מען האט אנגעהויבן דעם מצות באקן סעזאן אינעם בית האופה דקהל יטב לב אין קרית יואל, ווען די מאסיווע פראדוקציע צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות' לקראת חג הפסח הבעל"ט איז אין פולן שוואונג, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה צו מיטהאלטן דאס מצות באקן און מפקח זיין אויף די ארבעט, זיכער צו מאכן אז אלעס גייט צו מיט די גרעסטע מאס הידורים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן במשך השנים דורך אדמור"י בית סאטמאר, און יבלחט"א דער רבי שליט"א זינט ער איז עומד על משמרתו בקודש אלס רב אבד"ק אין קרית יואל.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען אינעם גאנצן בעקערי און דערביי געהערט א באריכט פונעם געטרייען מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו, איבער די פרישע חידושים וואס מען האט איינגעשטעלט היי יאר. נאכן מצות באקן האט די הנהלת בית אופה מכבד געווען דעם רבי'ן מפריש צו זיין חלה, און דער רבי האט איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.














תגובות