האד' מדושינסקיא ערווארטעט צוגאסט אין לאנדאן לטובת אפקויף פון נייעם בנין התלמוד תורה דושינסקיא אין שטאט
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי דושינסקיא אין די חרדי'שע לאנדאן זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין התרגשות דקדושה זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א טוט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פ’ חיי שרה הבעל"ט, מיטן ציל אויפצוטרייבן שטיצע לטובת דעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה וואס אנטשפרעכט א מגדל עוז פאר ק״ק דושינסקיא אין שטאט.
דער רבי שליט"א וועלכער וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל, וועט דעם קומענדיגן זונטאג צופרי זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין לאנדאן, וואו דער רבי שליט"א וועט אי"ה מחזק ומבצר זיין די קהלה ומוסדות הקדושים און שטעלן די יסודות פאר די גראנדיעזע הרחבת גבולי הקדושה אונטערנעמונגען להגדיל תורה ולהאדירה.
ווי ברייט באריכטערט איז נישט לאנג צוריק געשלאסן געווארן מקח אויף א בנין גדול ורחב ידיים פאר די אויפבליענדע תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא אין שטאט, וואס איז הולך וגדול אויף א הערליכן פארנעם לשם ולתפארת, און איז מיוחדת במינה ווערנדיג געפירט גענצליך על טהרת הקודש, אן צו געניסן פון סיי וועלכע שטיצע פון די רעגירונג, גייענדיג אויף די הייליגע מסורה פונעם מייסד הקהלה, הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא גאב"ד ירושלים זצ"ל.
די לעצטע וואך האט דער רבי שליט"א ממנה געווען צוויי חשובע עסקנים אין די קהילה אלס חברי וועד קרן הבנין, וועלכע זענען תיכף אריין בעובי הקורה אויסארבעטנדיג אלע דעטאלן פון די נסיעה, מסיבות און באנקעטן, אז דער ביקור הקודש זאל אפגעצייכענט ווערן מיט׳ן גרעסטן מאס כבוד און הצלחה.
דורכאויס די וואך וועט דער רבי שליט"א באזוכן אין די מוסדות הקדושים, ובפרט אין די תלמוד תורה צו משמיע זיין דברות קודש פאר די תלמידים, און אויפנעמען די חסידים בפתקי דרחמי להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
דער קלימאקס פונעם באזוך וועט זיין דינסטאג חיי שרה אווענט, ווען ס׳וועט אפגעהאלטן ווערן דער גראנדיעזער מעמד ״בוני העתיד״ בהשתתפות כל קהלא קדישא חסידי ואוהדי בית דושינסקיא, אין א גרויסן זאל אין די גאלדערס גרין געגענט.
דורכאויס די באזוך וועלן אי"ה אפגעהאלטן ווערן עטליכע באזונדערע ענגע באנקעטן פאר די נדיבים וועלכע שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים פארן בנין התלמוד תורה החדש וואס איז אצינד משאת נפשו הטהורה פון רבי׳ן שליט״א, להחיות את נפש צדיק.
דאנערשטאג נאכט וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן צוריק אויפ'ן וועג עלי דרך צלחה לביתו נאוה קודש אין ירושלים, איבערלאזנדיג בעזר השם דעם ״יסוד הבנין״ פאר׳ן נייעם תלמוד תורה זיך צו קענען דערהאלטן ווייטער בדרך הסלולה.









תגובות