top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בונים פונעם נייעם גיגאנטישן "היכל השולחנות" בחצה"ק סקווירא וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין אריזאנע

לפני 59 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס מען גרייט זיך בחצר הקודש סקווירא צוצוטרעטן צום מלאכת הבנוי', אויפצובויען א נייעם גיגאנטישער "היכל השולחנות", און "היכל התורה" אויפן ארט פונעם היכל "ביהמ"ד הישן ד'שיכון סקווירא", קומט אריין די היסטארישע נייעס איבער א ספעציעלע שבת לנגידים וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אפרעכטן אין אריזאנע אינאיינעם מיט די נגידים בעם, יחידי סגולה, וואס וועלן זיך לאזן קאסטן מיט די פאנטאסטישע סומע פון א האלב מיליאן דאלאר און העכער לטובת דעם מולטי מיליאן דאלער'דיגע פראיעקט.


די שבת איז באשטימט אויף פרשת ויגש הבעל"ט, און וועט פארקומען אין א פראכטפולע האטעל אין אריזאנע, וואו די נגידים וועלן זוכה זיין צו אן אויסנאמליכע קירבה בבית המלכות, און מיטלעבן די געהויבענע תפילות און טישן מבואו ועד צאתו. באזונדער וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה פאר די אורחים אריינצוגיין מיט קוויטלעך, אלס טייל פון די גאר רייכע פראגראם וואס איז צוגעגרייט אין די טעג ארום שב"ק.


נאך שבת וועט דער רבי שליט"א ממשיך זיין די נסיעה קיין מאליבא קאליפארניע וואו ער וועט, כמידי שנה בשנה, פארוויילן די נאכפאלגנדע דריי וואכן, למנוחות הנפש.


אין די יעצטיגע טעג איז געלאזט געווארן אין גאנג א העפטיגע עסקנות פראיעקט צו איינלאדענען די חסידים נגידים ותומכים פון איבער די גארער וועלט זיך אנצושליסן אין דעם היסטארישן שבת, אזוי צו קענען אנהייבן מיט דער התחלת הבני' לשם ולתפארת.

תגובות


bottom of page