top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לבקש רחמים: זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון רבי אברהם גורביץ שליט"א שפיטאליזירט

לפני 5 שעות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער איבער דער וועלט ווערן געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דער זקן ראשי הישיבות באייראפע, הגאון האדיר רבי אברהם גורביץ שליט"א, ראש ישיבת געיטסהעד, וועלכער איז היינט אויפדערנאכט אין ענגלאנד אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס.

דער ראש ישיבה שליט"א מוטשעט זיך שוין באלד צוויי וואכן מיט א הארבע אינפעקציע, און האט צוליב דעם נישט איבערגעגעבן קיין שיעורים אין ישיבה זינט אנהייב זמן, און איז אויך נישט ערשינען צו די תפילות אין ישיבה, ווען במקומו גיט איבער די שיעורים זיין זון, הגאון רבי אלי' גורביץ שליט"א.

מ'האט געהאפט אויף גוטע בשורות, אבער ליידער האט מען היינט געמוזט אפפירן דעם ראש ישיבה אין שפיטאל, נאך וואס דער מצב איז נישט געגאנגען צו בעסערונג טראץ די .

כלל ישראל טוט מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון דעם גרויסן גאון ומרביץ תורה, מרן רבי אברהם בן חנה ליבא, בתוך שאר חולי ישראל. והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.


תגובות


bottom of page