top of page
לבקש רחמים: זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון רבי אברהם גורביץ שליט"א שפיטאליזירט
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער איבער דער וועלט ווערן געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דער זקן ראשי הישיבות באייראפע, הגאון האדיר רבי אברהם גורביץ שליט"א, ראש ישיבת געיטסהעד, וועלכער איז היינט אויפדערנאכט אין ענגלאנד אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער ראש ישיבה שליט"א מוטשעט זיך שוין באלד צוויי וואכן מיט א הארבע אינפעקציע, און האט צוליב דעם נישט איבערגעגעבן קיין שיעורים אין ישיבה זינט אנה


קל נא רפא: האד' מזמיגראד אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן אומפאלן דעם שבת בבית מדרשו
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם שבת איז כ"ק אדמו"ר מזמיגראד שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס דער רבי איז שבת אינדערפרי אומגעפאלן, פאראורזאכנדיג שווערע יסורים וואס האט ערנסט אפגעשוואכט דעם רבי'ן ל"ע. דער רבי שליט"א איז אומגעפאלן בשעת קריאת התורה בבית מדרשו אויף די דריי און פערציגסטע גאס און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס עס איז אנטשטאנען א פארדאכט אז דער רבי ליידט פון א צובראכענע ביין. אין לויף


האד' מגור הייבט אן דיאליזיס באהאנדלונגען; בניו הרבנים מתפלל געווען ביים ציון הק' פון צדיקי בית גור
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי גור בכל מקומות מושבותיהם פאלגן נאך מיט זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים אין ליכט פון דעם וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א הייבט היינט זונטאג אן א סעריע דיאליסיס באהאנדלונגען, לויט דער אנווייזונג פון די דאקטוירים, נאכדעם וואס דער רבי מוטשעט זיך די לעצטע תקופה מיט קאמפליקאציעס אין די נירן, ל"ע. דאס קומט נאך מערערע אונטערזוכונגען און אפשאצונגען דורך פראפעסארן, סיי פון אמעריקע און סיי פון ארץ ישראל, וועלכע זענען ספעציאליזירט אי


א-ל נא רפא נא: זקן האדמור"ים האד' מסטריזוב אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: JDN לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם זקן האדמור"ים כ"ק האדמו"ר מסטריזוב שליט''א וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א וועלכער איז שוין קרוב צו די מאה בליעה"ר האט די לעצטע טעג זיך געמוטשעט מיט יסורים און בנוסף האט דער רבי געליטן פון קאמפליקאציעס מיטן אטעם, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי שליט"א ליידט פון א


עיני העדה: האד' מטאהש וועט אריבערגיין קומענדיגן מיטוואך אפעראציע אויף די אויגן
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש טאהשער חסידים בכל מקומות מושבותיהם און ספעציעל די תלמידי המוסדות וועלן דעם מיטוואך מתפלל זיין פארן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן, אין אין א שפיטאל אין פלארידע. דער רבי שליט"א האט די לעצטערע תקופה געליטן פון א שוואכקייט אין די אויגן, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט די נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספעצי


הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבה סאוט פאולסבורג אריינגעפירט דעם יום טוב שמחת תורה אין שפיטאל
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה סט. פאולסבורג וואס איז דורכאויס יום טוב שמחת תורה אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס. די ראש ישיבה געפונט זיך אין א סטאבילן געזונט צושטאנד אבער דאקטוירים זאגן אז מ'דארף תפילות ישראל. דער צווייטער טאג יום טוב שמחת תורה, בשעת די הקפות בהיכל הישיבה אין סאוט פאולסבורג,


בשורה טובה: הארץ פראצעדור ביי האד' מוויזניץ דורך מיט הצלחה
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פון די הדסה שפיטאל אין ירושלים הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע הארץ פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען. די פראצעדור וואס איז איז געווען פאראויס געפלאנט אין די טעג בעפאר יום טוב, איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, אינאיינעם מיט די בארימטע פראפעסאר לוריא וועלכער ספעציאליזירט זיך אין ד


לבן של ישראל: האד' מוויזניץ גייט מארגן אריבער מעדיצינישע באהאנדלונג אויפן הארץ
מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אידישע קינדער וועלן מארגן דינסטאג מרבה זיין בתפילה למען בריאותו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער גייט אריבער א מעדיצינישע באהאנדלונג אויפן הארץ, נאך וואס די דאקטוירים האבן געראטן דורכצופירן א סטענד צו פארבעסערן דעם רבינ'ס מצב הבריאות. פארלאפענעם וואך איז דער רבי שליט"א אומגעפאלן בביתו נאווה קודש אין מושב אורה, און נאכן אריבערגיין א גרונטליכע אונטערזוכונג האבן די פראפעסארן אין שפיטאל פעסטגעשטעלט אז מען דארף דורכפירן


הודו לה': כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אומבאשרייבליכע שמחה האבן בעלזער חסידים היינט ערהאלטן די פריידיגע נייעס אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ב"ה אהיימגעקומען נאכן זיין שפיטאליזירט זינט אנהייב וואך בעת גאנץ כלל ישראל און בפרט חסידי בעלזא בכל מקום שהם האבן מתפלל געווען לרפואתו השלימה. נאכן עטוואס צוריק קומען צו די כוחות האבן די דאקטוירים באשלאסן צו באפרייען דעם רב שליט"א פון שפיטאל, צו קענען זיך ערהוילן בביתו נאווה קודש, און עס איז צום האפן אז דער רב ש


לעצטע אנטוויקלונגען פון הדסה שפיטאל אנבאלאנגט מצב הבריאות ביי האדמור"ים מבעלזא און וויזניץ
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש עיני כל בית ישראל נשואות צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים וואו די גדולי האדמו״רים, כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א און מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א, זענען שפיטאליזירט די לעצטע טעג מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות אין זייער מצב הבריאות. היינט דורכאויס דעם טאג איז מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א ווידער אריינגעפארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס דער רבי שליט״א איז אומגעפאלן במעון קדשו אין מושב אורה. נאכ׳ן אונטערזוכן דעם רבי׳ן האבן די דאקטוירים באשטימט אז


השתדלו והרבו תחינה: האד' מדזשירקא אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש השתדלו והרבו תחינה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מדזשירקא שליט''א, וועלכער איז נעכטן דינסטאג אוונט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א וועלכער פירט אן זיין הויף אין בארא פארק, האט געליטן פון א רייע געזונטהייט קאמפליקאציעס די לעצטע תקופה, און איז דורכאויס די וואך געווען גאר אפגעשוואכט, די דאקטוירים האבן געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיט


זארג איבער מצב הבריאות ביי האד' מוויזניץ; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ בתוך כלל ישראל זענען אין די טעג מרבה בתפילה ותחנונים לרפואתו השלמה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער איז ווייטער אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער געפינט זיך יעצט במעון קדשו אין מושב אורה, ליידט די לעצטע טעג פון גאר שווערע יסורים אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע באהאנדלוגנען וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן זיינע כוחות. דעם ערב שבת איז דער בית דין צדק


נאמען "שמחה" צוגעגעבן פאר האד' מצאנז בארא פארק אלס סגולה לרפואה
מאנטאג פ' כי תבא • י"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם זענען ווייטער מתפלל און מעורר רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועמענס מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט און דער רבי איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל. דער רבי שליט"א, וועלכע ספראוועט זיך שוין א תקופה מיט די ביטערע מחלה ל"ע, האט זיך געפונען אין זיין שטוב אין בארא פארק ווי באריכטעט, וואו די דאקטוירים האבן צוגעשטעלט די נויטיגע באהאנדלונגען און אנווייזונגען צו קענען באהאנדען


בקשו רחמים: האד' מביאלא אוסטרובא שפיטאליזירט אין מאנהעטן אין ערנסטע געזונט צושטאנד
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס זארג ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה אז כ"ק האדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע, איז שפיטאליזירט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק זצ"ל בעל להבת דוד, האט ליידער אינעם עבר אסאך מיטגעמאכט, נאכן פארלירן זיין אשת נעורים און צוויי פון זיינע קינדער וועלכע זענען פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן


השתדלו והרבו תחינה: האד' מצאנז בארא פארק אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם ווערן געבעטן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועלכער געפונט זיך ליידער על ערש דוי אין א שווערן מצב, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, מוטשעט זיך ליידער עטליכע יאר מיט די ביטערע מחלה ה"י, און איז שוין אפגעשוואכט א לאנגע צייט, דורכאויס די לעצטע תקופה


האד' מקרעטשניף וועט ארויספארן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין חתנו האד' מבית שמואל צבי דספינקא לרפו"ש
זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט מאנטאג נאכמיטאג וועט זיך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ארויסלאזן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביי חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא שליט"א לרפואה שלימה. דער ספינקער רבי שליט"א, וועלכער איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע מיט איבער א יאר צוריק, איז דעם פרייטאג ערב שבת אריינגעפירט געווארן אין איילעניש צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט ווען עס זענען א


נאמען "רפאל" צוגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אלס סגולה לרפואה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנשטעסטער, מעמודי החסד בדורנו הזקוק לרחמי שמים מורבים, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "רפאל" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א שפיטאליזירט א לענגערע תקופה מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, צוערשט אין ציריך שווייץ און איצט אין קליוולאנד וואו דער רבי שליט"א געפונט זיך איינע פו


השתדלו והרבו תחינה: מצב ביי האד' מבית שמואל צבי דספינקא ווידער פארערגערט
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט"א, וועמענס מצב הבריאות האט זיך ווידער פארערגערט, נאך איבער א יאר צייט וואס דער רבי ווערט באהאנדלט מיט די ביטערע מחלה ה"י. דער רבי שליט"א איז דעם פרייטאג ערב שבת אהיימגעקומען פון שפיטאל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג אויף באהאנדלונגען אין ליכט פון פרישע קאמפליקאציעס, וואס האט שטארק פארערגערט די מצב, און איז נאך אלס גאר


האד' מהארדענקא אריבערגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען; זארג איבער פארערגערונג אין מצב הבריאות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לעצטע מעת לעת איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכער געפונט זיך שוין ליידער אין שפיטאל א לענגערע צייט און איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. פארלאפענעם וואך האט מען אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטוירים אריבערגעפירט דעם רבי'ן קיין קליוולאנד, וואו עס געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער, צוזאמען מיט א ספעציעלן ריהעב צענטער, מיטן האפענונג א


טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ, האבן פאריגן ליל שישי איבערגעפולט דעם רחבת הכותל המערבי ביים ערשטמאליגן און געהויבענעם מעמד תפילה וזעקה. טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף פון אלע עקן ארץ ישראל, האבן אפגעשטעלט זייער סדר היום און געשטראמט צום שריד בית מקדשנו, במקום שלא זזה ממנו שכינה, איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רעיא מהימנא קדישא, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער געפינט זיך שוין קרוב צו צ


bottom of page

