top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה: הארץ פראצעדור ביי האד' מוויזניץ דורך מיט הצלחה

לפני 6 שעות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

פון די הדסה שפיטאל אין ירושלים הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע הארץ פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען.


די פראצעדור וואס איז איז געווען פאראויס געפלאנט אין די טעג בעפאר יום טוב, איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, אינאיינעם מיט די בארימטע פראפעסאר לוריא וועלכער ספעציאליזירט זיך אין די פעלד פון הארץ קאמפליקאציעס.


דער רבי שליט"א וועט פארלייבן אויף עטליכע ערהוילונגס טעג אין די הדסה שפיטאל, און וועט האפענטליך קענען פראווענען יום הקודש בחצר קדשו אין קרית וויזניץ.

תגובות


bottom of page