הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אין מאנסי נדבת הנגיד החסיד ר' דוד ניישטאדט הי"ו
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער,JDN
דעם זונטאג איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אין מאנסי, נדבת הנגיד החסיד ר' דוד ניישטאדט הי"ו, די מעמד איז געווען אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און מיטן השתתפות כבוד פונעם חשובן גאסט פון ארה"ק, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער האט מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד, לכבודו פונעם נדבן הספר תורה וואס ציילט זיך צווישן די תומכי מוסדות בית יוסף צבי דושינסקיא.
דער רבי האט צוערשט אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה ביים מעמד כתיבת האותיות אין שטוב פונעם נדבן, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו דער רבי האט פארפירט א שיינעם שמועס מיט הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א. בין השיחין האט מען ארומגעשמועסט איבער דעם מצב הנורא אין ארץ ישראל.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבודה של תורה, אינאיינעם מיטן נגיד און מיט הגה"צ סאטמאר-מאנסי רב שליט"א און אלע משתתפים. דער רבי האט דערנאך באגלייט די תהלוכה ברחובה של עיר ביז'ן סאטמארער בית המדרש אינאיינעם מיט גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א. ביים אנקומען אין בית המדרש, האט דער רב מכבד געווען דעם רבי'ן אריינצופירן דעם ספר תורה אינעם היכל, ווי מען האט זיך פון פריש ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים.
דער סאטמאר מאנסי רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו זאגן לדוד מזמור, וואס דער רבי האט ברוב ענוותנותו אפגעזאגט. נאכן הכנסת ספרי תורה האט דער רבי געדאווענט דארט מנחה אין בית המדרש.





























תגובות