top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

6 בנוב׳
זמן קריאה 8 דקות

עודכן: לפני 40 דקות

מיטוואך פרשת חי' שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

האדמו"ר מאלכסנדר בארא פארק ביים לערנען בחברותא מיט בנו הצעיר הרה"צ ר' שמואל צבי דאנציגער שליט"א די לעצטע בלאט אין מסכת יומא בים סיום מסכת יומא וואס איז געלערנט געווארן בצוותא חדא דורך די חברי הקהילה פונעם אלכסנדר שטיבל אין ביתר.


האדמו"ר ממבקשי השם ווערט באמערקט אינעם לופטפעלד אונטערוועגנס קיין ניו יארק, מיט ספעציעלע שמירת עיניים גלעזער, נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות.


הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד אין א ריקוד מיטן געטרייען משמש בקודש און הויז בחור פון אביו האדמו"ר מוויזניץ, החתן דוד ווייס, קומענדיג ספעציעל צופארן קיין ניו יארק צו די חתונה אלס הכרת הטוב פארן חתן וועלכער האט געטריי באדינט דעם רבי'ן די לעצטע עטליכע יאר, ספעציעל אין די תקופה וואס דער רבי האט זיך ליידער געמוטשעט מיט געזונט.


הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא אינעם לופטפעלד, אונטערוועגנס קיין אנטווערפען אויף א באזוך בקרב חסידיו סקווירא אין שטאט.


אלעמען באקאנטער ר' אפרים פעדער הי"ו מחשובי חסידי בעלזא אין לעיקוואד טיילט מיט אונטער די קוליסן פון די ׳מראות הקודש׳ קאמענד סענטער אין בעלזא, ביים יארצייט טיש פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע.


הגה"צ אב"ד סיגעט שליט"א, זון פון האדמו"ר מסאטמאר, באטייליגט זיך ביים שמחת החתונה במעונו פון הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, וחבר בד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר.


הרבנים הגאונים הצדיקים בני האדמו"ר מסקווירא מערקט "קרישקעס" ביים קאר פילטער דרייוו אין שיכון סקווירא, וואו זיי האבן אנגענומען דעם כשרות זיגל פאר'ן קאר פון העסקן ר' דוד חיים הערמאן הי"ו, וועלכער דינט אלס קביעות'דיגע דרייווער פונעם רבי'נס קינדער.


בשורה טובה: אנגעהויבן פון די וואך וועט דער גאר אויפגעכאפטער "ביזנעס שריפט" אפטיילונג אין די שריפט ערשיינען אלס באזונדערע ביילאגע צו די הנאה פון די טויזנטער ליינער.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ירושלים אויפ'ן וועג צום קורצן באזוך קיין ענגלאנד און שווייץ לטובת די קרן עולם התורה, ווערנדיג באגלייט דורך איש אמונו העסקן הרב אברהם סלאנים שליט"א.


די וואך ביים צענטראלן חברותא ויעדה אין טעמפא, פלארידע, האט ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו דערמאנען לשבחו פונעם געטרייען מנכ"ל ומייסד המוסדות הרב ישראל מרדכי צישינסקי, וועלכער האט איינגעזייט די ערשטע קערנדלעך פון די קהלה נאה וחסודה, וואס האט, אין די פאר יאר זיך צעוואקסן און צעבליט אויף אן אויסטערלישן פארנעם בליעה"ר.


ראחמיסטריווקא חסידים אין לאנדאן בליקן אריין אינעם קיך, אין די אכסניא פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא, בעת די רבי האט זיך אנגעגרייט א קאווע אלס הכנה צום דאווענען.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג מערקט "קרישקעס" ברחובה של עיר בארא פארק, שפאצירנדיג מיט'ן הויז-בחור אויפ'ן וועג צו תפילת שחרית.


האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד דקהל עדת יראים אין סיגעיט בנשיאות גיסו הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א וואו דער רבי האט געוויילט איבער שבת.


א קאכעדיגע מעמד ריתחא דאורייתא אינעם אכסניא פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א אין די גאלדערס גרין געגנט אין לאנדאן, וואו דער ראש ישיבה האט זיך מפלפל געווען מיט די תלמידי חכמים און רבנים פון שטאט, ובתוכם הגה"צ רבי משה האלפרין שליט"א, אבד"ק בית שמואל ראדומישלא אין גאלדערס גרין.


גאב"ד אנטווערפן קוקט זיך אום ביי די אנטווערפער ביזנעס עקספאו וואס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך, ביי וועלכן הונדערטער עקזיבעטערס האבן פארגעשטעלט זייערע ביזנעסער מקיים צו זיין דעם לכו והתפרנסו זה מזה.


הרה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית ישראל שלום אין קרית יואל, זון פון האדמו"ר מסאטמאר, טרעט אויף מיט דברי כיבושין ביים ציון הק' פונעם הייליגן שרף ממאגלניצא זי"ע, בעת א נסיעה צו די קברי אבות אין אייראפע לקראת די חתונה פון בנו החתן.


האדמו"ר מסטראפקוב ווערט באמערקט אין די שומרי שבת שטיבלעך אין בארא פארק ביי איינע פון די שפעטע מניני מעריב די וואך.


דער פרישער קבר פון הילד בנש"ק ישראל דן טאוב ז"ל, נכד האדמו"ר ממודזיץ, וועלכער איז געקומען לקבורה הארט נעבן דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק בעל נחלת דן ממודזיץ זצ"ל, וועמענס נאמען ער האט געטראגן.


דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א באטייליגט זיך ביים בית שבע ברכות פונעם חתן, א זון פון ידידו ורעו דער לעגענדארער ברסלב'ער עסקן, ר' דוקי גרינוואלד ז"ל, וואס איז נפטר געווארן דעם חודש תשרי.


אפיציעלע אינדארסירונג פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו פאר די ווידערוויילונג פון כלל ישראל'ס קאנגרעסמאן מייק לאולער.


ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א איז מחזק די פרישע כלה, וועמענס מאן איז ליידער ארעסטירט געווארן פאריגן זונטאג, שטייענדיג נאך אינמיטן די שבע ברכות, וואו דער ראש ישיבה האט מריחוק מקום, וויילנדיג אין לאנדאן, אריינגעבלאזן הויפענעס חיזוק אין דאס יונג ווייבל.


חסידי ראחמיסטריווקא ביים מקבל פנים זיין רבם ומאורם האדמו"ר מראחמיסטריווקא, אנקומענדיג אין היטרוי לופטפעלד אין לאנדאן אויף א קורצע באזוך לטובת דער קרן עולם התורה.


אלעמען באקאנטער איש מירון ר׳ מאיר'קע פראנק הייבט זיך מיטן אייקאנישער לייטער פון חצר הרשב"י ביי זיין זון׳ס חתונה די וואך אין בית שמש.


אן אריינבליק אין די "חצי לכם" ביים עלעגאנטן שבת לנגידים אין טעמפא, פלארידע, פאר תומכי מוסדות פני מנחם, בראשות פונעם ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א.


הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא ביים אפגעבן זיין שטימע פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן אין די מיד-טערם וואלן די וואך.


המשגיח הגאון הצדיק ר' דן סגל שליט"א, ביים אנקומען אין פאריז, פראנקרייך, לטובת די קרן עולם התורה, ווערנדיג באגלייט דורך א פאליצייאישע מאטארקאדע.


הנגיד ר' יקי רייזנער פון די ריעל עסטעיט פירמע רייזדו, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא, וואו ער האט פארגעשטעלט די פלענער פון די נייע קרית בעלזא אין מערב קרית גת, וואס וועט לינדערן די שווערע דירות קריזיס וואס הערשט אין די גרעסערע שטעט אין ארץ ישראל.


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מעיין אינעם נייעם ספר "פרי ישע אהרן" אויף הרה"ק רבי אברהם אלימלך מקארלין זי"ע הי"ד, וועמענ'ס נאמען דער משפיע טראגט, ווערט געזעהן דער מחבר הספר הרה"ח רבי יהושע הויזמאן שליט"א מחשובי חסידי קארלין.


דער ראש המצילים העסקן הרב שמעון שישא הי"ו, יושב ראש מרכז עזר וייעוץ, ביים אויפהייבן די נאכאנאנדע טעלעפאן קאלס פון יונגעלייט און בחורים וועלכע זענען פארפלאנטערט מיט'ן גזירות הגיוס, ווארטנדיג אריינצוגיין אל הקודש פנימה צו האדמו"ר מסאטמאר במעון קדשו אין קרית יואל.


הרה"צ רבי מנחם נחום קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן גבעת ירושלים בי"ש אין א טיפן דיסקוסיע מיטן לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו אין זיין אפיס אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ איז עוסק ברזא דרזין אינאיינעם מיט הגה"צ ר' אלעזר שטערן שליט"א, גאב"ד אתרא קדישא מירון, אין די מערה פונעם הייליגן תנא ר' שמעון בר יוחאי.


אויג-פארכאפנדע בילד פון דער הייעך בשעת'ן מעמד קבלת פני רבותינו ברחובה של עיר לאנדאן לכבודם פון די גדולי ומאורי הדור, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל לטובת דער קרן עולם התורה.


ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א באציט זיך צו די פאוערבאל לאטערי בשעת א ריתחא דאורייתא אינאיינעם מיט די משתתפי השבת ביים גייסטרייכן שבת לנגידים אין טעמפא, פלארידע.


דער נייער חבר הכנסת מטעם קהל מחזיקי הדת בעלזא, הרב אליקים שטארק, ווערט געזען איינהאנדלען די סאטמאר געשטימטע צייטונג "דער איד", וויילנדיג אין טעמפא, פלארידע, אויף די גייסטרייכע שבת חברותא פאר נגידי ותומכי מוסדות פני מנחם.


דער נייער הויז בחור ביי האדמו"ר מסאטמאר, הבחור יעקב פאלקאוויטש ני"ו, ווערט געזען באגלייטן דעם רבי'ן ביי א רוטינע באזוך אינעם קרית יואל'ער בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, איבערנעמענדיג דעם אמט פונעם פריערדיגן הויז בחור החתן שניאור זלמן עקשטיין לקראת זיין חתונה די קומענדיגע תקופה.


האדמו"ר מסאטמאר ווערט באמערקט לײנען קריאת שמע בײ דער וואך נאכט פון זײן אײניקל צוזאמען מיט מחותנו דער זיידע הגה"צ אב"ד חוות דעת שליט"א, בן נכדו הרב מאיר איתמר אשכנזי שליט"א, חתן בנו הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א.


הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא וועלכער האט די וואך געהאלזט זיין ערשטן בן זכר נאך זעקס מיידלעך, האט "קרישקעס" באמערקט אויף א תפילה ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון.


דער נײער "חדר שערי טוביה" אין בית הוראה "זכרון אברהם ניסן" דחסידי וויזניץ מאנסי, וואס דער נגיד ר' מנחם מארקאוויטש הי"ו מגדולי נדיבי סאטמאר-מאנסי האט אפגעקויפט לזכרו הטהור פון מורו ורבו מרן הגה"ק רבי יצחק טוביה ווײס זצוק"ל גאב"ד ירושלים.


האדמו"ר מראחמיסטירווקא ערשיינט צום מעמד קבלת פנים אין ציריך שווייץ, ביים נסיעה לטובת קרן עולם התורה, ווערנדיג אנטפאנגען בשירה ובזמרה.


די סטרוקטור פונעם בנין הגדול "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק ווערט אין די טעג פולקאם פארענדיגט.


גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון התנא רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול פון די עשרה הרוגי מלכות, וואס געפינט זיך אינעם אראבישן דערפל סאגא אין גליל ארץ ישראל.


לעגענדארער עסקן בנש"ק הרב עזרא פריעדלענדער שליט"א איבער די ישועות וואס וואלגערן זיך ביי אביו האדמו"ר מליסקא, אין א שמועס פאר 'טרייבל' אויסגאבע.


האדמו"ר מביטשקוב רימט אויס די ווארימע הכנסת אורחים אינעם שטעטל קרעטשניף אין ראמעניע, צוגעשטעלט דורך הרב שלמה לעווינגער מחשובי חסידי קרעטשניף, וועלכער וואוינט רונדע דעם יאר אין שטאט קרעטשניף, און האלט אויף דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע.


נעים זמירות ישראל, ר' בנצי שטיין הי"ו, אין א שמועס מיט האדמו"ר מסאטמאר צווישן מנחה מעריב אין נארט מיאמי, פלארידע, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה.


האדמו"ר מאלכסנדר בארא פארק איז מנחם אבל ביי הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א בנו חביבו פון האדמו"ר מאמשינוב נאך די פטירה פון זיין אשת נעורים ע"ה.


האדמו"ר מלעלוב בר אילן איז באמערקט געווארן אויף א לאקאלע באס אין ירושלים, אין א שמועס מיט א בחור'ל כדבר איש אל רעהו.


האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק ביים אפגעבן זיין שטימע פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן ביי די נאציאנאלע וואלן דעם דינסטאג.


ר' אפרים גרינפעלד הי"ו, רעדאקטער פון די בארימטע כלל מידיע פלאטפארמע, ביים אנפירן די וואל נאכט פראגראם אין די כלל מידיע הויפטקווארטירן אין בארא פארק.


החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, געטרייער הויז-בחור ביי האדמו"ר מסאטמאר, ביים זיך אויסשטאפירן צו זיין חתונה ביי די בארימטע כתר מלבושים צענטער אין בארא פארק.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא איז עוסק בתורה אויף די וועגן און שטעגן, זייענדיג מקיים דעם ובלכתך בדרך, ארומפארנדיג צווישן די אייראפעאישע שטעט, וואו דער רבי האט געוויילט די וואך לטובת די קרן עולם התורה.


האדמו"ר מתולדות אהרן איז מחזק הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א, זון פון האדמו"ר מאמשינוב, נאך דער שרעקליכער טראגעדיע מיט די פריצייטיגער פטירה פון זיין אשת חיל ע"ה.


האדמו"ר מפינסק קארלין ביים דורכלערנען דעם פירוש המילות פונעם לשם יחוד להנחת תפילין אינאיינעם מיט א קבוצה בר מצוה בחורים חסידי פינסק קארלין.


די גדולי ישראל וואס זענען אנגעשלאסן אין די קרן עולם התורה דעלעגאציע, ביים אנקומען די וואך אינעם באנהויף אין פאריז, פראנקרייך, אויף א בליץ באזוך לחיזוק יהדות צרפת.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי ביים אפגעבן זיין שטימע פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן ביי די מידטוירם וואלן די וואך.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין פאלגט נאך די בוי-ארבעט ביים בית המדרש הגדול והחדש ראחמיסטריווקא אין די אוקענוויין געגנט אין לעיקוואוד.


האדמו"ר מצאנז באטייליגט זיך ביים שמחת השבע ברכות פון החתן שמואל טויסיג, וועלכער האט געדינט אלס דער כותב התורות ביי די טישן די לעצטע עטליכע יאר, אן אייניקל פון המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א.


די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי אויף א זיצונג במעון תורתו פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, דן צו זיין איבער די ווייטערדיגע פאליטישע שריט איידער די פארטיי גיבט איבער זייער רעקאמענדאציע אויפצושטעלן א נייע רעגירונג.


דער מעיאר פון שטאט ערד יאיר מעיין באטייליגט זיך ביי שלש סעודות במחיצתו פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, וועלכער האט געוויילט פאריגן שבת אין די שטאט ערד אויף אפרוה.


הגה"צ רבי בערל רעכניצער שליט"א, דומ"ץ וראש ישיבת בעלזא חיפה, ביים דערהייבן א שבע ברכות פון א תלמיד די וואך.


טויזנטער תלמידי ישיבת עטרת שלמה שלענגלען זיך דורך אין די רייע צו וואונטשן מזל טוב פאר זייער באליבטן ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ביי די חתונה פון בתו הכלה פאריגע וואך אין בני ברק.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, וואונטשט מזל טוב פאר הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, ביי די חתונה פון בתו הכלה פאריגע וואך אין בני ברק.


האדמו"ר מסטאניסלאוו ביתר ביים פידל שפילן כמנהג אבותיו ביים סעודת הילולא פון אביו האדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל.


האדמו"ר מצאנז ביים איבערגעבן א תעודת צורבא מרבנן פאר אן אייניקל ביים מעמד כבוד התורה אין די ישיבה לצעירים אין קרית צאנז נתניה, ווען א שטארקע הנאה דקדושה דערקענט זיך אויפ'ן רבינ'ס געזיכט.


בחצר הקודש אמשינוב איז געלאזט געווארן אין גאנג א איניציאטיוו דורך די חסידים צו לאזן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתה פון מרת חיה לאה מיליקובסקי ע"ה, אשת הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון האדמו"ר מאמשינוב, אלס הכרת הטוב פאר איר געטריישאפט, שטייענדיג לימין בעלה, וועלכער איז עוסק בצרכי ציבור, זייענדיג דער מוליך ומביא פונעם רבי'ן צו די חסידים בכל מקום שהם.


באקאנטער טרעוולער ר׳ אברהם שווארץ הי״ו טיילט מיט שלש סעודת און מעריב בצל האדמו"ר מסאטמאר אין נארט מיאמי.


ווארעמע מכתב התמנות פון גאב"ד מאקאווא לרגל די אויפנאמע פון ש"ב הרה"ג רבי משה ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בק"ק סאטמאר וויליאמסבורג אלס אבד"ק סענדרא.



בײם ניחום אבלים בבית הגאון רבי חיים שלום קלײן זצ"ל, מרבני ק"ק סאטמאר בני ברק, ווערט באמערקט מנחם אבל זײן תלמידו החביב הרב הגאון רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנה"ר ור"מ אין די סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס, צוזאמען מיט'ן משפיע הנודע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.


די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטאל ביים צוגרייטן די מעמד "הנחת אבני הפינה" אין מאנסי אויף צוויי בנינים אדירים פאר מוסדות מונקאטש, תלמוד תורה תפארת בנים און ישיבה יודעי בינה.


א ברכת מזל טוב פאר הרב בנימין קובלסקי, דירעקטאר פון די "די וואך" אפיסעס אין ארץ ישראל, לרגל הולדת בנו למזל טוב. האדמו"ר מנדבורנא דינט אלס סנדק ביים שמחת הברית.



תגובות


bottom of page