top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע מלוה מלכה אפגעראכטן דורך האד' מפשעווארסק מיט נגידים ותומכים פון די פשעווארסקער כולל אהל יעקב

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שרוליק ק. JDN

דעם מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אפגעראכטן א פריוואטע סעודת מלוה מלכה בשילוב מיט'ן מגבית לטובת די פשעווארסקער כולל אהל יעקב לשמו ולזכרו פונעם בעל ההילולא הרה"ק רבי יענקל'ע מפשעווארסק זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן שבת פרשת חיי שרה ז"ך חשון. די מסיבה איז געווען באשטימט פאר אלע נגידים וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פאר'ן כולל.


דעם מעמד איז פארגעקומען אינעם חדר נחלת יעקב שע"י בית נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין אנטווערפן אויף א גאר רייכן און עלעגאנטן פארנעם, ביי וועלכן די נגידים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א שעה פון קורת רוח על שלחן מלכים.

מיט א קורצע דרשה האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א בשבח הכולל, און דערנאך האט מען געזונגען די זמירות מלוה מלכה כנהוג.


אינצווישן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען סיפורי קודש. צוערשט האט דער רבי דערציילט עטליכע סיפורים און פערזענליכע זכרונות פונעם טאטן הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, במיוחד איבער זיין יראת חטא און נאך שיינע ענינים. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און דערציילט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן פון די וואך.


דער רבי שליט"א זעלבסט האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און נאכ'ן בענטשן איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע נגידים אדורכצוגיין מקבל צו זיין א ברכת צדיק, ווי דער רבי שליט"א האט פארטיילט פאר יעדן פון די משתתפים א גארטל לשמירה ולהצלחה.


תגובות


bottom of page